Monday, February 24, 2014

עולם הפוך - מיידל ווייבל

עולם הפוך - מיידל ווייבל

עס איז א געוואלטיגע הצלחה פין די היגע בתי חינוך מחנך צי זיין אינזערע בנים ובנות די וועיג וויזוי מיר פירן זיך, די עיקר הצלחה וואס איך קלער איז אוועק צי נעמען יעדע מין מחשבה, מ'טאר נישט בשום אופן ניצען דעים קאף צי טראכטן, אין אריין קלערן וואס דא טיט מען מיט אינזערע מוידן, העט איך געוועין א מויד, אין חלילה אויב מיין מחשבה וואלט געלאפן בערך אזוי, וואלטען די מוידען געקימען צי די החלטה אז טב למיתב ארמלא מלמיתב טאנצי.

איך בין א מיידל ארויס פין סקול, בין איך משה קאפויער, א לעבן אויף מיין קאף, איך ברויך גארנישט טאן בלויז פאשען אין ריען, זיך לאזן וואויל גיין, זאל איך זיין א ווייבל ווער איך אן אימזיסטע משרתה, אין איך ברויך נאך ארבייטען פאר די רענט, אין ציגרייטען נארהאפטיגע מאלצייטן פארן אינגערמאנציקל, כדי ער זאל האבען כוחות צי דינען דעים באשעפער, די בעלי מחנחים ניצען א יעדע טריק אין אלע פראזען אינעם לעקסיקאן אז דאס ווייבעלע זאל קאפערירן, אין נישט מאכן קיין צימעס, פינעם ביטער געשעפט וואס זי איז אריינגעפאלן, דער אינגערמאן כאפט זיך אויף אין זיבען דרייסיג, גיסט זיך אן א גרויסע שול קאווע, אין עפענט אויף א גרויסען באר מים חיים, אין ווערט פיל מיט הרגיש, ווען ער איז שוין געניג ריאיג, אין זיך שוין אנגעזאמעלט מיט געניג אמינה אין בטחון, איז ער שוין מיטן הילף פין הקב"ה גרייט צי גיין הכנות, מ'ציט ארויס א ציגרעטל מיט גרויס כוונה, מ'פראבירט משער זיין די כוונות פין רעב לוי יצחק בארדיטשעווער'ס לילקע ציבעך, בקיצור מסראכעט אן ס'הויז, וגם לרבות עטליכע שכינם, וואס זאל איך טיען אז די לעקטאריק ציגארעטן איז נישט מעורר קיין התעוריתה דלטאטה, בקיציר המעשה סיז געלינגען, מען איז שוין לער, מ'דערמאנצעך פין די באוויסטע טאשען טיכל, וואס די רבי פלעיגט קענען איינעמען אין ארויסגעיבן אין ס'פלעיגט ארויסקימען אזוי ווי א כשרע בדוקה טיכל, מגלויבט אז מען עינדלט אין יענע טאשען טיכל.

אין דער אינגערמאן נאכען זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים נעמצעך אקערן עד מקום שידו מגעת, מיט הילף פין תשעה קבין מים שאיבין אין מיט ספעציעלע אינסטרעמענטען, נישט מאבד צי זיין די שיני הקרקשתא, אין מתקן מיט באזאלבטע אבנים מקורזלות מיט אויל פין א כינעזע בינען שטאק, מ'מאכט זיכער דאס גלעיזל וואסער זאל זיך אויסגיסן, כדי ס'זאל בלייבן א זכר, יעדער מיז דאך וויסן אז ער איז שטארק מקפיד אין הלכות הוצאה והכנסה.

געלויבט איז דער באשעפער פאר אלעם גיטען ביז אהער, אין מאיז שוין גרייט צים דאווענען, אין מתפלל זיין אז דאס ווייבעלע זאל נתעבר ווערן לרחמים ולרצון, מ'כאפט דעים צעינער מנין אין מ'דאווענט מיט גרויס כוונה, מ'קימט אהיים אין מ'עפענט דעים פריזידער, אין ב"ה זי האט ציגעגרייט א שיינעם פרישטאג, איידער זי איז געגאנגען ארבייטן, צי פינאנסירן איר מאן'ס עבודת הפרך, זי וויל דאך האבן שכר, אין אז מ'וויל שכר דארף מען צישטעלן אלעס מיט א שמייכל, אין מיט א עין יפה, ווייל טאמער איז מען נישט פריילעך, ווען מ'דינט דעים מאן, דעמאלט איז א שאד די מי אין פלאג, אלעס אנגעוואוירן, זי העט גיין גלייך אין געהענם.

דאס טאג איז שוין א דארך, דאס ווייבעל זעיט זיך שוין נאך פינעווע אפגעארבייט, ווילזע זיך אפריען, אבער זי מיז צישטעלן א געהעריגע מאלצייט, פאר איר מאן דער תלמיד חכם, פאר וועים זי האט אלעס געמיזט ציזאגען איידער זי איז געווארן די מיידל הנבחרת, אין יעצט איז די צייט מאכן א סאפער לפי כבודו, ב"ה ער קיקט אויס ציפרידן ביי די סעודת שלמה בשעתו, זי באמערקט עפעס א צייכן אויפן שטערן אזוי גרויס ווי א מחצית השקל בזמן שבית המקדש היה קין, פרעגט דאס ווייבעלע בלשון בתמיה, זאג נאר טייערקייט וואס האט פאסירט מיטן שארפען קאפ פין דיר, ווי האסטעך אזוי ציקלאפט, סיז דאך אזוי ווינדערלעך רינדעכיג, זאגט דאס אינגערמן בשעת ער ציקייט די רינדערן פלייש, אז ער האט אן עלערשזי צי שווערע תוספות'ן אין ווען ער פארטיפצעך אין די פשט פין א תוספות, קימט ארויס עפעס רינדיג אויפן של ראש, ער האט שוין פראבירט עטליכע לחשים, אבער סיז א שאד די מי, עס העלפט גארנישט, א באבא קלערט אז סאיז עין הרע, אין ער האט שוין אן אפוינטמעט, אין דאס ווייבעלע זאגט אז אבי די ריאקציא מאכט עים נישט מיד, ואמר כל העם ...

נאך די שווערע עבודה איז זי עים מכבד מיט א געהעינגל טרויבן, עים צי פאר גרינגערן אין לינדערן זיין שווערע עבודת היום, אין ער מאכט זיכער אז ער גיסט עס אן מיט געפילטערטע וואסער, ער וויל נישט זיין טובל ושרץ בידו, אין ער יאגט ארויס פין הויז כאפען א מנחה מעריב אין ער לאזט איר איבער מיט די גל של עצמות, זי שרייט עים נאך דאווען ערליך, אין ער זאגט נא נא.

איך וועל נישט אריינגיין אין די דעטאלען פינעם נאכט, איך וועל עס איבערלאזן פאר די עמעדזענאציא, אבער צי די נקידה פינעם קעפל, אז דער ינגערמאן אלס בחור ארבייט ביטער שווער לערענט יומם כלילה, נישט מפסיק אפילו א רגע כמימרה, כדי שלא יחטיפני אחר, אין ווייל די עבירה פין ביטיל תורה איז דאך גדול מנשוא, אין די זעלבע צייט וואס ער מיטשעט דעים גמרא, בורדערט דעיס מיידל אין די אפיסעס, אין ערווארבט זיך א גיטן נאמען, אין די זעלבע צייט כאפט זי נישט אז א נעץ וועיבט זיך ארים איר, פאר אירע אויגען, אבער זי זעיט נישט גארנישט, אין ווען זי וועקט זיך אויף ווען מען שרייט מזל טוב מקידשת, אין זי פינקט אזוי אימוויסענד ווי דעי געפאשלטע קינד נאכן ברית, וואס ווייסט נישט וואס האט עים געטראפן,

אין אחר המעשה אין ב"ה זי איז געהאלפן געווארן אין אנגעהויבן טראגען נאך איידער זי קען געהעריג אלע מנהגים פינעם צדיק, אין כדרך העולם גייט זי אדורך די ערשטע דריי חדשים אפציקימען אויף די זינד פין חוה, קיינער האט איר נישט באפוילן צי גליסטען פין עץ הדעת, אבער וואס איז ער שילדיג, ער האט דאך נישט גענימען קיין חלק, ער איז דאך א גבר בגיברין, אין האט געברויכען, זי דארף דאך היטען ער זאל נישט קימען צי קיין זינד, ער איז דאך אין די ימי הגבירה, ס'שטייט דאך ואל אישך תשקתך, מקען נישט גיין קעיגן א בפירישע פסוק, מיילע האט ער דאך געברויכן ווען סיז אלטערנעט סייד אין אפעקט, ני בלית ברירה שטעלט זי זיך צי, זי וויל נישט זיין קיין עוברת על דת, סיז דא אן ענין פין לשפר את הוולד, מיילע איז זי גאר מחייב, וואס טיט ער דען נישט פאר די קינדער.

אזוי איז זי מזלדיג ב"ה אז זי איז פין די וואס האבען זוכה געוועין צי א בן תורה אין זי האט זוכה געוועין אז איר פאטער האט מקיים געוועין לעולם ימכור אדם את בתו וישא תלמיד חכם להגדיל תורא עם דורה.

No comments:

Post a Comment