Sunday, February 23, 2014

פארוואס א שטעיטל

פארוואס א שטעיטל

טייערע חברים איך וויל רעדן וועיגן א ענין נחוץ, איך גיי נאך געלט פאר א וויכטיגע הכנסת כלה, פאר א אינגער מאן וואס מאכט חתונה דעים ערשטן קינד, ער ארבייט שווער האט ב"ה אויף איבער לעיבן דאס טעיגליכן, אבער אויף חתונה מאכן איז נישט געבליבן, איך הער דעיס לעצטענס ציפיל מאל און איין שחרית, עפעס טויג נישט דא מיר פארזעיען דא א האריקעין, מיר קיקן אוועק א ריזיגען פראבלעים, מיר וועלן נאך זייער חרטה האבען פאר אזא נאכלעיסיקייט.

מיר פראבירן אראפ ציברעינגען פרייזן פון אלעם, אלעס קאסט שוין ביליג, אבער א דירה קאסט מער און מער, מיר שעלטן און צאלן, און אפילו פאר הויעכע פרייזן איז שווער זיך צו דערקייקלען צו א לייטישע דירה.

אה עס קימען נייע שטעיטלעך, איין פלאן שענער פינעם צווייטען, איינער מיט א ספעציעלע ביילאגע, מיט אויגען פארכאפענדע פלעינער, ממש אן עבירה נישט צי קויפן, אלעס גייט זיין ביליג, מען נעמט זיך אינטער הייזקעס כחול אשר על שפת הים, פארשטייצעך אלעס מחמת אינזער גרויס גיטסקייט און דעי אחריות וואס קרית ייטב לב שפירט צים נויט באדערפיגטן ציבור.

וואס איז מיר שווער צו פארשטיין איז, אז פאר ביז נישט לאנג ציריק איז געוועין א וועלט וואס מיר ריפן היינט אן מיט א צינאמען דער אלטער היים, אדער אינדער היים, וואס דאס טיט מרמז צו דעים לעיבן פון הארט פאר דו צווייטע וועלץ קריג, דארט איז בכלל נישט געוועין דאס אידישקייט קאנצענטרירט, עס איז קיינעם נישט איין געפאלען צו וואוינען נעיבן דו עלטערן, עס איז געוועין צעינליגע הינדערטער שטעיט און שטעיטעלעך, דערפער, ווי עס איז געוועין א וועיג צו לייזען א טאלער איז דארט געוועין א איד, ווי עס איז געוועין א באוואוינטע געיגנט האבן זיך אידן אריין געריקט, אפגעזעין וויפיל מוסדות התורה עס איז געוועין אדער בתי מדרשים, מקוואות, אדער אנדערע צרכי כלל ישראל, אלעס און א ציייט וואס קיין קאַרן צו פאָרן איז נישט געוועין, א באן צו נעמען איז געוועין א גאנץ גדולה, רוב עולם האט נישט געוויסט מער פון קיין פערד און וואגן, און אידן האבן געוואוינט צישפרייט און גאנץ אירופה.

היינט איז צי גיין פון איין עק וועלט ביזן צווייטן א קינדער שפיל, מענטשן פארן אויף פרנסה איינמאל א וואך קיין טשיינא, מען פארט רייזן קיין ארץ ישראל, אומאן, אדער ליזענסק, בחינם נאר אויף מייל, מען פליט טויזענטער מייל סתם פאר וואקאציא, אבער מען קען נישט אריבער מאפן א שעה אוועק פון לי ראס, ווייל מען ברויך דאך מוסדות, פאר א גיט יאר וואס האסטי דא אינעם עיר אשר שם הזהב חוץ מוסדות, אפשר איז וויכטיגער א דאך איבערן קאפ מיט הרחבות הדעת, און מיטשע דיך פאר א קליין ביסל, ביז דו מוסדות וועלן זיך מסדר זיין, ווי איידער האבן א מוסד, אן קיין דירה.

פאר וואס פאר שווארץ יאר דארף א אינגער מאן צעין מיניט נאך זיין לעצטע שבע ברכות מוסדות, ער דארף א דירה מיט א מנין צו דאווענען, פאר וואס נעמט נישט רב טעמפלער און אנדערע ראשי כולל, זייערע אינגע לייטעלעך ארויס פון די שטאט, זי האט א זשאב זאגט מיר איינער, צי טיטשען אימזיסט פאר סאטמער אדער אנדערע, איז א וויץ, ווייל זיי לייזן לאמיר זאגן צוויי מאות א וואך, אבער רענט צאלט מען פינף ביז זעקס מאות א וואך לכל הפחות, צאל רענט צוויי מאות א וואך, און זאל דאס ווייבעלע, זיצען און א קיפקע און שמיסן א גאנצען טאג, און וועט ארויס מיט ריווח, ווי איז אינזער קאפ, ווער האט אינז איינגערעדט אז בויען מוסדות איז א ביג דיעל, יעדע קליינע קאנטרי היינט ציטאג האט אלע געברויכן, און פארדינט פון דעי קעמפ שיין אן קיין פראבלעימען, עס איז סתם איינרעדעהיש אז עס איז נישט מעיגלעך.

ווער האט אינז איינגערעדט אז כדי צי בויען א שטעיטל, ברויך דעים ערשטן טאג אויסזעין אזוי ווי א שטאט וואס איז אלט לכל הפחות פערציג יאר, אזש אז עס מיז זיין דארט א שיל וואס זעיט אויס נישט ווייניגער ווי דו שיל און לי גארדנס, און א שטאב געניטע מלמדים פאר חדרים מיט מיידל סקולס, און א בית החיים, ווער האט דאס אינז אריין געבּאָרט און מוח אזא נארישקייט, מען נעמט קודם א קליין מקום פאר א מנין, פאר פריטות, און מיט דו צייט ציוואקסט מען זיך, פאר וואס מיז אלעס גיין כּשִירה דו ערשטע רגע, און האבן א פול סופער מארקעט, מיט פרישע פאפ קארן, און אלע עולם הזה ביי דו רִיבְּן קאטינג, מיר זענען נישט נארמאל, אבער אויב מיר האבן נישט דו אלע זאכן איז פאר אינז בעסער צי וואוינען און קעילערן פאר ביטער געלט צינעזאם מיט מייז און אנדערע בייסישע חיות אזוי ווי נח אינדע תיבה, און מיר קימען ארויס פון דו לעכער יעדען אינדעפרי, מיט א שמייכל ווען מיר זעיען דו בי קיו אי, מיר זענען פשוט נישט נארמאל, וואס האט פאסירט מיטן עם נבון וחכם, פאר וואס זענען מיר נישט וויליג צי גיין אויף מאנסי, לעיקוואד, אדער און קרית יואל, און פאר דו נישט סאטמערע, קענען זיך מאכען שווארץ שבת אינעם קריה, איז דען נישט דא קיין זיבעציג שילען און קרית יואל וואס האבן נישט קיין שייכת מיט סאטמער, איז לעיקוואד נישט געניג גרויס מען זאל זיך קענען מאכן א שטיקעל ניי וויליאמסבורג, פאר וואס מיז מען אינז אלעס פיטערען ווי קליינע בעיבי'ס, ווי איז אינזער שכל לא עלינו, אוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה.

די פראבלעים איז נישט מיט קיין מקום ווי צי וואוינען, די פראבלעים זעמער אינז, אינזערע מוחות זענען נישט און ארדענינג.

איך קיק ארים און אנדערע שטעיט אין אמעריקע צו זעין אידישקייט, זעי איך אז עס איז פיל מיט ערליכע אידישע חאניאקישע ליטווישע אינגע אינגעלייט, וואס זענען גולה אויף אלע עקן אמעריקע, פון טשיקאגא, קליוולאנד, באסטאן מעסס. אן א שיער ערטער און דו נאנטע ניו זשערזי, צו האט איר געוויסט אז און דיטרויט איז דא א ניי לעיקוואד פאר אריבער פיפצען הינדערט שמיציגע האלב געשוירענע ליטפישע ישיבישע אינגעלייט גענוי ווי אין לעיקוואד, עס איז כמעט נישט דא קיין שטאט און אמעריקע וואס דו ליטוואקן האבן נישט קיין אנוועיזענהייט, פארוואס חסידים מיז מען משכנע זיין בכל לשון של בקשה אז זיי זאלן זיך פארגריגערן דאס לעיבן, פאר וואס דו פאקט אז און דיטרויט און דא גאנצע הייזער פינקט ווי און מאנסי, פאר הינדערט טויזענט דאלער נישט געניג אז מיר זאלן אהין רייסן, ווען זיי האבען גלייך נאכן קראך געקויפט אויפ רעכץ און אויף לינקס, אין פלארידא און מיאמי און אין אנדערע געיגענטער, איז געשטאפט מיט אידישקייט, כוללים, ישיבות, קיק אויף קאנעקטיקוט הערליכע שילן, אפילו און ניוארק נו דזשערזי איז דא א הרב קאטלער וואס האט א ישיבה מיט א כולל, הארט און רוח לאנד, מיט אלע שחורים, אבער מיר שטאלצע חסידים וואס לאכן פון דו וועלט מיר זענען קליגער, מיר קאנצעטרירן זיך מער און מער, מיר קענען וואוינען און קאנטרי פאר א יאר כדי צו באקימן דו אכטער צו קענען דערנאך וואוינען אינעם איר מיטן אם בישראל, פארוואס פארווען לא יאומן כי יסופר.

יעדער זעיט אז עס קען נישט אזוי אנגיין, אבער ווי ביווערס וויינען מיר און מיר חזרן איבער די זעלבע משיגעת נאך א דור און נאך א דור, לא עלינו, ולא עליכם עס איז נישט קיין יושר וואס עס טיט זיך אפ דא, מיר שעלטן און שרייען אויף דושינסקי, און אנדערע וואס בויען דא, העלא ווער הייסט דיך דא וואוינען, האט איר אמאל אריין געטראכט פארוואס דאשינסקי בעיט נישט טויזענט טאלער א סקווער פיס, צו האלט איר אז עס איז ווייל ער איז א פיינער מענטש?, ניין!! ער נעמט נישט ווייל קיינער וועט נישט צאלן, און אויב וועט מען צאלן וועט ער נעמען און ער מעיג און זאל נעמען, דעיס איז א מארקעט, אבער ווען מיר וועלן אויפהערן צאלען נאר דאן וועט דער פרייזן פאלן, עס האט גארנישט מיט זיי, דעיס הייסט אפענע מארקעט אזוי גייט די וועלט.

עס איז א צייט פאר א אויפוואכינג ביי אינז און מוח, מיר מיזן פארטרייבן אינזערע קינדער און אנדערע ביליגע געיגענטער ווי דער לעיבן איז ביליג, און געיבן פאר אינזערע קינדער א גרינגערע לעיבן ווי אינז האבן מיר, איך האב חברים וואס מאכן חתונה בשעה טובה דער ערשטער קינד און שוין קיין פעני און שטיב איז נישט דא אויף קיין הוצאות הכלה, דעיס איז נישט ווייל חתונה הוצאות זענען פיל, דעיס איז ווייל רענט איז טא דעם היי, מארגידש איז טא דעם היי, דירה פרייזען זענען טא דעם היי, און מיר פארן מיט די קעפ און וואנט ביז מען מאכט ב"ה חתינה, מיר ניצן אויס דאס גאנצע געלט אויף טעיגלעך געברויך, אז ווען עס קימט הוצאות החתונה איז נישט דא, און דערנאך שטרעקן מיר ר"ל הענט צי אנדערע, ווי איז אינזער בעל הבתישקייט, מיר פארלירן אינזער חלק האנישי, מיר מיזן אפציען ווי עס לאזט זיך, ווי עס איז דא א ביליגע דירה אהין ציען, אן קיין פיפציג הכנות ווי אהער ווי אהין, איבעראל איז דא היינט געניג אידישקייט אויפ אנציהייבן, איבעראל איז היינט דא א מקוה מיט א חב"ד הויז צים דאווענען, עס איז אלעס נערישע תירוצים פון וואס מיר ברויכן זיך אפשאקלען ווי אמשנעלסטן.

No comments:

Post a Comment