Sunday, February 23, 2014

דער וויין מבין

די נייע וויין מבין קימט קויפן וויין

האט איינער באמערקט אז מיר זענען גרויסע מבינים אויף וויין, מיין שמש זאל זיין געזינט, אין זיין אינטער ערדישע שטיבל, א זכר צי די פראהעבישן צייטן, האט דארט אין וויין קעילער א אויסלאג פון וויין פאר יעדען מאמענט, זיסע וויין וואס זענען ביליג, און קימט אין א גרעסערע באטעל, דעיס איז מער פאר די פרימערע סארט אינגעלייט, נישט מבושל, כשר לקידוש פאר מחמירים, מען באהאלט עס אין א שווארצע ציקנייטשטע פלעסטיק בעג, ווייל עס איז בבל יראה, דערנאך איז דא כל ערליי נאסע, טריקענע, ביטערע, זיסע, דערנאך איז דא סעמי נאס, סעמי ביטער, סעמי טריקן, און סעמי זיס.

מיר חידוש'ט אבער ווי אזוי מיין שמש קודש איז געווארן אזא גרויסער מבין אויף וויין, ווי האט ער גענימען לעקציע'ס, איך האב מורא אז ער איז טאקע נישט קיין מבין, ער האט זיך נאר דערוויסט אז דער עולם שפילט אויך מעשה מבין, ווען זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה און די וויין שפיל, ער האט אויספראבירט איינמאל און האט געזעין אז עס ארבייט, הרגל נעשה טבע, קיינער ווענדט אים דאך נישט אפ, יעדער איז פרייליך איז דאך גיט.

איך שטיי דארט ביים מקוה פרייטיג, איינער וויל קויפן א סלייס קיגל, איינער א ציצית, קימט אריין א אינגער מאן, זיין נאז שיינט נאך פון שעמפא, איין פאה אינטערען אויער, נאך נישט געקימען די צייט עס צי קעמלען, ער האלט די אנדערע פאה אינטמין קראזלען, ער האט שוין פערציג מאל געקעמט די גאנצע פאה אויף ארויף, ער ריפט אויס בקול רם, שמש די וואך האב איך סטעיק, האסט מיר א גיטע וויין דערצי, יא זאגט דער שמש מיט א צינישער שמייכל, אבער עס גייט נישט אזוי פשוט, איך בין נישט חלילה נחשד אז איך וועל דיך אריין פאפען מיט אבי א וויין, קודם מיז איך האבן אביסל אינפארמאציא, נישט ווייל כ'בין נאזיג, איך מיז וויסן וואס פארא סטעיק די האסט, יעדע מין סטעיק האט א באזינדערע וויין, אויך מיז איך וויסן אויב די האסט בעבעלעך ווייל דאן וועט נאך זיין א בעבל טעם אין מאל, מיז איך דיך וויינעווען אויף גאנץ א אנדערע דירעקשן, אויך מיזטו זייער אכטינג געיבן אז די זאלסט ביי יענע סעודה נישט עסן קיין  ט'מעיטע דיפ, און הערינג ביי יענע געלעיגענהייט איז א ניין ניין, רעיטעך זאל ניטאמאל עולה על הדעת זיין און אזא געהויבענע וואך.

א אינגערמאן קימט אריין אין וויין געשעפט, ער האט עטליכע דאלער אין טאש, ער וויל זיך אויפרייסן די וואך לכבוד דעים הייליגן שבת, איינער האט אים געזאגט אז ער וואלט זייער ליעב געהאט וויין, נאר מען מיז זיך קודם ציגעוויינען, ער געדעינקט נאך פון פורים עטליכע יאר ציריק, איינער האט געהאט א וויין וואס איז זייער גיט געוועין, שטארק א לייכטע וויין, די טעם איז געוועין פינקט גיט, ער האט עס זייער ליעב געהאט, עס איז געוועין ממש דומה צי גרעיב דזשאס, אבער די וואך וויל ער ווערן א גאנצער רייסער, ער וויל זיך לאזן קאסטן, אלע הוצאות שבת קודש איז דאך שוין און אמת'ן אויסגעצאלט, ער ריפט דעים שר המשקים דארט אין געשעפט, ער גיט אים א זאג מיט אזא זיכערקייט, האלא האסט מער עפעס א גיטן וויין לכבוד שבת, ני אוודאי וואס גלייכסטע, אה איך האב זייער ליעב שעמפעין און אויך סמירנאף, ער קיקט אים פון אויבן אראפ, אקעי אפשר קען איך דיר געיבן א מאטוק סאפט, ער בליקט אזוי און די זייט פראבירט כאפן א בליק וואס דער אנדערער נעמט, ער פיעט נישט אויס, ער פראבירט זיין מזל, ער זאגט ווייסטע וואס גיב מיר פינעקאלאדע, עס האט זיך אויסגעלאזט מיט בזיונות, ער גיט אים עפעס א וויין לפי כבודו, ער בעיט אים פיר און פיפציק טאלער, עס כאפט אים דער רוח, ער זאגט שטיל גם זו לטובה, ער פרעיגט צי ער פארקויפט אפשר אויך א לאטא, ווייל ער האט נישט אזוי פיל געלט, דער חברה מאן גיבט אים גלייך א היתר, אז מען מעיג זיכער עס קויפן ממעות מעשר.

ער איז שוין אינדער היים מיט עפעס א וויין, ער מאכט קידוש שנעל, ער קען קוים זיך איינהאלטן, ער פילט אן זיין גאנצן כוס, זייער א שטארקע וויין, עס ווערט אים טריקן אין מאהל, פליצלינג אן א פארוואס הייבט אים די פיס אן זיך צי ווארפן דא לדא נחשון, ער באקימט ציריק קאנטראל אויף די רגליים ביי די פיש, ער הערט נישט אויפ מסביר זיין פאר זיין ווייבל ווי גוט וויין איז, ביי זיך איז ער מלא חרטה, מן הסתם איז ער נישט זוכה צים ריכטיגן טעם, ווייל אולי גבר החטא, ער האט דאך אים געזאגט אז די וויין איז ממש דומה צים יין המשומר, אבער ער קען נישט זיין א האן, נאך די פיש נעמט ער כוס שני, עס ווערט אים שרעקליך הייס, ביי די זיפ זעיט ער שוין נישט וויפיל קניידלעך ער האט אין טעלער, אבער דאך גייט מען אן, כוס נאך כוס ממש מיט געוואלד, ביז דאס באטעל איז שוין ב"ה לער.

איינער א חבר האט אים געזאגט עטליכע וויכטיגע כללים אויף וויין מומחיות, יענער מאכט דאך היימישע מאסט, ער ברענגט אריין א רינדיגע גלאז, ער נעמט זיך דרייען דעים גלאז, זיין ווייב פרעיגט אים וואס ער טיט, ער איז מסביר מיט גרויס פראפעסיאנאלקייט, אז זי מיז פארשטיין אז וויין ברויך אקסען זשעמס, ממילא ברויך מען עס קוילערען און ארים דרייען, ווי דאס הינדל איבערן קעפעל, אז די לופט זאל זיך אויס מישן מיט די וויין מאלעקיאל'ס, זי פרעיגט אים פארוואס דרייט ער זיין של ראש, זי פרעיגט אויב ער ברויך ערשטע הילף, ער ברויך דאך דרייען דעים גלאז, מען ברויך דאך דרייען די וויין אינעם גלאז, ער זאגט אז ער מישט דאס וויין אין מאהל, און דער קאפ דרייט זיך פון זיך אליין, ער איז איר מסביר אז מען מיז אזוי טיען, אויב וויל מען שפירן דעים ריכטיגטן טעם, וועט מען מיזן מאכן זיכר אז דער קליג צאן איז פארמישט אינעם וויין, און מען גלייזט מיט די אויגן, זיין יורד לעומקו פינעם וויין מאכער, מיט אלע ספעציעלע כוונות.

ער ענדיגט די סעודה, ער שפירט עפעס זייער מאדנע און פריילעך, עפעס א מאדנע שליקעץ, וואס ברעינגט מיט א איבל, דאס באטעלע איז לער, ער שפירט ווי עפעס א הירא, ער ווייסט אליינס נישט גענוי פארוואס, ער דערמאנט זיך אז ער האט א זכר, ער גייט אהין האפט אויף כבוד, אבער ממש איידער ער וויל עפענען דעים טיר, עפעס א גרימאס וואס איז אים ארויף געקימען, האט אויך מיט געברעינגט רעשט, ער פיעט אויס לויפן צים סינק, ער נעמט ברעכן , ער נעמט טראכטן פון עפל, ממש בעל כרכך אתה קיי, ער גייט צים מזל צי דעים שלום זכר, זיין ווייב קיקט אים נאך מיט רחמנות בליקן, אירע תחנונים פאלן אויף די טויבע, ער איז א נראה ואינו רואה, ער גייט צים זכר.

ער קימט אן צים שלום זכר, יעדער זעיט עפעס מאדנע קימט דא פאר, קיינער דערקענט אים נישט, ער איז דאך רויטער פינעם באריק, ער שארט זיך צין א ידיד, פארציילט אים די גיטע נייעס, אוי האב איך געהאט א גיטן וויין, ממש מעין עולם הבא, דער בעל שמחה קימט צי מיט א ביר, ער זאגט הויעך, אז ער קען נישט מישן וויין מיט ביר, ער האט זאגאר אויסגעטריקנט א פאס וויין, ער קען נישט טרינקען נאר וויין, איינער א בעל רחמים פרעיגט זיך נאך וואס פארא וויין איז עס געוועין, ער געדעינגט נישט גענוי אבער ער כאפט שנעל צי זאגן, אז מען רעדט נישט פון טאקיי.

No comments:

Post a Comment