Sunday, February 23, 2014

אפענעם בריוו פינעם פעשער

אפענעם בריוו פינעם פעשער

העי די גראבער

יא!! איך בין פון דעים גרויסן חלק פון כלל ישראל וואס ליידט אויף איבערוואג, עס טיט מיר זייער וויי ווען איך מענער וואס עסען פיל מער פון מיר, און זיי זענען מאגער, עס איז פשוט נישט קיין יושר ווען איך זעץ מיך אראפ ביי א תיקון לעילו נשמת א העכערע נשמה, איך קיק מיך צים קיפעלע, איך באטראכט עס אויב עס איז ווערט אז לכבודו זאל איך עס איינעמען, איידער איך קען נאך אפמאכן קימט דער דאַרער אינגערמאן א שולט בשתי ידיו, כאפט עס ארויס פין מיינע קראס האר, אין איז עס בולע, ולא נודע כי באו, און איך נעם צו וואג סתם פארן קיקן על הקיפל.

איך גיי נישט זאגן אז איך בין פעש פון פאסטן, איך פאסט אויס כסדר, איך עס דורך'ן טאג ווי עס ברויך צו זיין, איך הייב אן דייעטן יעדען שני וחמישי, אבער פאר יעדע פינף פינט וואס איך פארליר, נעם איך צו פיל מער, אבער איך עס נאך אלס פיל ווייניגער ווי פילע וואס זענען סך דארער ווי מיר, איך עס נישט קיינמאל קיין פיטער ברויט, אדער א קאלע סאדע וואס איז נישט פון דעים דייעט סארט, נעיבן מיר זיצט זיך א דארטשיגער אינדערמאן, ער לייגט אריין זיין האנט אינעם פעקל ברויט, אזש אז ער ווערט דארט פארשווינדען, ער דריקט מיט כוח מיטן פינגער שפיץ עד מקום שפינקיתו מגעת, און הייבט אן א ריק ציג, מיט וויפיל ער האט תופס געוועין ער הייבט דערנאך אן מיט פיטער לויט וויפיל דער פיטער קען איבערטראגן, לאזט זיך וואויל גיין אויפן אייעמשפייז מיט אלע כוונות, עס ברויך זיך שפירן דערין ציבעלעס, קעיז, און פארשטייט זיך זאלץ מיט פעפער, מיינע אויגן גייען אויס, איך קען נישט ציקיקן, ווייל מיין דאקטאר שימפט אז איך האב הויעך בליט דרוק ווייל איך טרויע זיך צו שפריצן זאלץ אויפן טריקענעם איי, איך בין אים מסביר אז מען ברויך באוויליגט ווערן ביי נרצה, און דער רבי האט געשווארן אז אויב טינקט מען נישט איין דעים כרפס און זאלץ גייט מען אין געהענם, מיין דאקטאר שרייט מען טאר נישט.

עס איז מיר קלאר ווי דער טאג אז דא קימט פאר א עוולה קעיגן פעשקייט, דער דארער חברה מאן לעיבט זיך א שוואויל טאג לעיבן, ער איז נישט דאר ווייל ער מאכט איבונגען, אדער ווייל ער עסט גרינס, דריי ראציאנען א טאג, ער עסט פיצא מיט ראזיאלי, וויפיל עס לאזט זיך מיט א מאלטעד וואס פארמאגט טויזענט קאלעריס, און איז דאר ווי דער שטעקן וואס איז געוועין נהפך לנחש, מיר קענען נישט קויפן דעים שקר, דו דאקטוירם זענען פויל צו זיכן א רפואה קעיגן גראבקייט, טיען זיי אינז פארווארפן מיט כלערליי שקרים און כזבים, דער דאקטאר צו וועים איך גיי שרייט מיך יעדעס מאל אן, מיין קאלעסטעראל ברויך מען אבאכט געיבן, מען ברויך מיר באטאפן דעים דופק, ער אינטערזיכט מיך בשעת זיין כרס איז אויך בין שינים, וועים וועט ער איינרעדן אז איך בין אליין שילדיג און מיין גראבקייט, איך בין נישט קיין צוצאק, און נאך נישט געפינען קיין דארן מאן וואס האלט אראפ זיין גראבקייט מיט דייעטע, און איבונגען, נאר פאר א וויילע, חוץ אויב ער איז אויסגעגאנגען פאר דו צייט, דאן האט ער אויסגעלעיבט דו יארן, אזוי ווי מיין זיידע פלעיגט זאגן אויב איינער האט געמאכט געלט און דו סטאק מארקעט, און איז געשטארבן רייך, דאן זיי וויסען אז ער איז געשטארבן פאר דו צייט.

הייבט זיך אן א נייע מעשה, היות מען האט מיר איבערצייגט אז איך בין שילדיג און מיין פעשקייט, נו וויל איך תשובה טיען און נעמען מיך און דו האנט אריין, הייבט זיך אן א נייע מעשה, איינער זאגט פלייש איז אסור, איינער שרייט מען ברויך עסען פלייש, ווי מער דברים היוצאים מן החי, אלס געזינטער ווערט מען, ווען איך בלייב פעש קען זיך יעדער פאטשען און זייער געדעירם, אז שלא תמית כדרך שמת פלוני, איך שפיר זיך געניצט, בין איך דען דער ערשטער גראבער און דער וועלט, און מען ברויך זיך אויף מיר לערנען, פאר וואס האט מען נאך עד היום נישט אויס געפינען פארוואס בין איך גראב און מיין שכן איז דאר, איך עס דו זעלבע זאך ווי מיין רעבעצן און איך וועיג הינדערט פינט מער פון איר.

דו ענין פון גראבקייט גייט מיר נישט אוועק פון מיין געוויסן פאר קיין רגע, עס גיבט מיר נישט קיין מנוחה, איך שפיר זיך אזוי שילדיג, אבער איך טרייסט זיך אז דו גאנצע מעשה איז סתם א שקר, אויפן עלאפאנט איז קיינעם נישט איינגעפאלן שרייען אויף אים דו גראבע חזר, ווייל ער קימט גראב, נו אויב וועל איך איין שיינעם טאג זעין א שיינעם דארן עלאפאנטעלע, וועט מיין הארץ אויפ אים זיך צילאזן, אז דאס איז זיכער עפעס א קראנקער עלאפאנט, איך וועל מסר'ן דעים זָו אז זיי נעמען נישט גיט קער, ני אולי בין איך מיט ניינציג פראצענט פינעם מענטשלעך מין נארמאל, און מיר וועלן זיך נישט לאזן אינטימידירן פון צעין פראצענט קראנקע דארע, וואס זייער מאטאבעליזם ארבייט עפעס אויסטערליש שנעל, אזש אז זיי פארדייען אלעס געפערלעך שנעל, און מיזן זיך אינטערזיכען הלמאי זייער כרס'ל איז עפעס נישטא, בשעת יעדער נארמאלער ציווילער בירגער האט א גרויסן כרס מיט א געהויבענעם אחוריים.

איך קיק מיך צו צו אלע ערליכע אידען וואס זענען זיך שולט אויף אלע תאוות עולם הזה, זיי זענען דו וואס זענען אלע מאל דער עקסזעמפל וואס כלל ישראל ברויך אויף זיי ארויפקיקן, אזש אז זיי זיצען אלע מאל אויפן אויבן אן, צו באשיינען סיי וואס, פון א סעודה, ביז א לוויה ר"ל, פראטעסט אדער חתונה, זיי זענען דו וואס באשילדיגן אינז המון עם אויף אלע צרות, זיי זענען דו וואס זעיען און הימל בשלמי הרע הזאת, זיי זענען דו וואס ריפן דעים כלל ישראל צו חרטה על העבר מיר זאלן נישט ניכשל ווערן און קיין שום חטא, מיר זאלן נישט טיען וואס מען טאר נישט, חלילה נישט רירן קיין טריפה כלים, חלילה נישט עסען זאכן נאר אויב עס איז בתחלית הכשרות, זיי שעכטען זיך עקסטער מיט אלע ערליי חומרות, זיי מעלקען זיך אליין דעים קי, פאר זיי איז נישט גיט קיין בעקעריי וואס זיי גיבן אליין צימאל דער השגחה, זיי ברויכן נאר היימיש, מיט זיי מעיג מען זיך מישן אפילו פסח, זיי גליען דאך אלע כלים, אפילו דו פסחיגע, אבער דער צד השווה איז אז זיי זענען גראב מער ווי דער עוורידש ציבור, זייער צאל גראבקייט איז אריבער ניין און ניינציג פראצענט, אפילו ביי זייערע פרויען איז דער רעבישע צאל גראבקייט העכער אלע ערווארטינגען, נארמאלע פרויען זענען איבערוואג בערך דרייסיג פראצענט און דער רבישע משפחות מיוחדות פרויען זענען פעש ביי זיבעציג פראצענט, איך וויל זיי נישט אויסרעכען ביי דו נעימן כדי שלא לבייש זייערע גרויסע זיידעס און באבעס, אבער עס איז א פאקט, אז ווען עס קימט צו עסען זענען זיי פינקט אזוי ניכשל ווי דו המון עם.

עפעס א געפערלעכער עוולה וואס מען באגייט דא קעיגן א רבים, דורך דעים מיעוט המשלטים מיר ברויכען ארויס דערגעיגן, מיר ברויכען זיי פארשרייען, מיר ברויכען זיך ווייטער האלטן צו אינזער מסורה, עסען געהעריג פליישיגע מלווה מלכה'ס, אזוי ווי אלע חסידישע ספרים ברעינגען, שלש סעודות מיט ברבירים ושליו ודגים, חלילה נישט ארויס לאזן סעודות רב חידקא, שבת אויבסט, מיר וועלן מחמיר זיין באטע'ס, טישען, מיט ספעציעלע פירות טישן, זכרים איז דאך א מאסט ס'שטייט דאך און זוכר הברית, מען דארף דאך טרייסטן דעים קינד ווען מיר טרינקען ביר מיט פאטעיטא טשיפס, און ווער רעדט נאך אויב איז דא דארט א אויסלאג פון שאקאלאדעס דאן איז דו שמש אויך געטרייסט, קדישים ציפרי וועלן מיר עסן נאר לויט דו תקנות קאקאש קעיק מיט קרעימאש קעיק, און מיר וועלן נישט זיך לאזן פון דו אלע היץ קעפ וואס ווילן אז מיר זאלן זיך אוועק רירן פינעם ריכטיגן וועיג, קיינמאל אפילו אויב פעילט זיך אויס אביסל מסירות נפש זענען מיר גרייט.

No comments:

Post a Comment