Tuesday, February 25, 2014

לכבוד פורים

לכבוד פורים

חמישה עשר בשבט איז שוין אריבער, אלע פארטריקענטע פרוכט איז שוין אראפ פין די פאליצע ביי מיין לאקאלע גראסעריי, האב איך געקלערט אז איצט וועט זיין ברייט פלאץ פאר מער פראדוקטען וואס מען קען א ברכה מאכן, צי מיין ווינדער, אפילו עס איז נאך נישט קיין שלושים יום קודם החג, פארט ווערן די פאליצעס פיל מיט אלע ערליי שאקאלאדע'ס פאר משלוח מנות, אלע אינגע ווייבעלעך דרייען זיך ארים אנע קעפ, וואס קען מען היי יאר מאכן אז די שוויגער זאל זאגן פשיהא, מען זאל מיזן זאגן קיין עין הרע, ווייל חלילה אויב נישט זאל מען נישט געפריווט ווערן, מען קען כאפן דעים ע"ה, עס מיז זיין גרינג צי מאכן, אויך אז עס זאל זיין פאכמאניש, מען דרייט זיך ארים צווישן די ניס מיט טשונגאם'ס, זאל איך גיין גרין, אדער רויט, איך מיין אז מיין שוועיגערן גייט היי יאר גרין, זי האט מיר קלאר געזאגט, איך זאל ניטאמאל פריווען גיין דעי קאליר, זי העט מיר נישט מוחל'ן בזה כבבא, אבער איך ווייס אז די שוויגער האַסט רויט, זי האט עס זייער פיינט, אבער אלע טשא טשאס זענען דאך רויט.

איך פלעיג זיך ווינדערן אלע יאר ווען איך פלעיג נאר איין נעמען עפעס פין די שלאק מנות פורים אינדע פרי, פלעיג מיר אנכאפן א בולמוס, וואס  האלט אן ביז שיטסר, לעצטע פאר יאר פאסט איך ביז שפעיט ווייל איך ציטער פון דעי שרעקליכע קרעמפן, אבער איצט פארשטיי איך שוין, ווייל אלע שלח מנות ליגען שוין קאמפס גרייט, איינעמען א חשובה מקום פטור אויפן שעלף, למעלה מעשרה טפחים, ווען איך נעם עס אין מאהל אריין, איז עס שוין געוועינטליך נפסל מאכילת בשר ודם, אבער דאך קענען די אייגענטימער זיך נישט איינהאלטן, זיי לייגען אויס די סחורה, וואס שימעלט אויפן שעלף, ביז איינער מיט ידי נשים רחמניות, זענען  מסכים אז די ניס זאל האבן א תיקון ביי איר ביקסעלע משלח מנות.

אה מיר האבן שוין ארויפגעלייגט דעים משנכנס סיין ביי אינז אין שיל, מיין שמש האט דאס אפיר געקראצט פון איר במקומו מונח, ביזן משנכנת אב ממעטין גייט די סיין אינז פארמערן די פרייד, איך ווער אלע מאל זייער אירעטירט פינעם משנכנס סיין, עס מאכט מיר אימעטיג ווען איך זעי עס, אנשטאט פריילעך ווערן ווער איך דערפין אנגעצויגן, איך קיק אן דעים סיין ווי עפעס א מאדנע מנהג, מנהג ישראל איז דאך תורה, אבער איז אלע רמזים אזוי וויכטיג, איך קיק עס אן בערך ווי א משנכנס שפיל.

דער סצענע גייט זיך עפענען ביים רייכסטען איד אין שטאט, לאמיר אים ריפן ר' מרדכי, ער האט זייער שיינע פירהעינג פון פערפער זייד כמו ארגמן, אויב וויל איך מרמז זיין תכלת אדער תולעת שנו אדער א פשוטע משזר, איז די סיין פסול, ביי ר' מרדכי איז דא א הערליך געדעקטע טיש, מיט כל טיב וטוב, חלה זילבערנע בעכערס לרחצה, מיר מיזן גלייבן אז דארט איז דא האלאפצע מיט קרעפל, ווייל עס איז זייער שווער ארויף לייגן אויפן סיין, איין שיינע זילבערנע לייכטער אינדערמיט, אין אינדעליפטן פליען ארים עטליכע זאכן, עס איז צי באווינדערן, אז אלעס וואס שפילט זיך אפ אויפן רעכטן זייט, גענוי דאס זעלבע איז דא אויפן לינקען זייט, כאילו מטעם השלום פון די צוויי שטרייטענדע זייטן, האט ר' מרדכי מחליט געוועין ציפרידען צישטעלן ביידע זייטען, ער וועט לייגען א גראגער א מאסקע, מיט א מגילה סיי אויפן רעכטען זייט און סיי אויפן לינקען זייט, אלעס וועט ווינדערבאר העינגען אינדע ליפט, אויך האט ר' מרדכי באשטעלט פיש יעדע זייט די גענויע פיש, ווי א צווילינג פיש, ביידע שפרינגען ארויס און די זעלבע מאמענט, ביידע מיטן געזיכט כלפי די וויין פלאש, וואס ליגט ריאיג אינעם צענטער פון די גאנצע התלהבות, קיינער ווייסט נישט אויב די פיש זענען גרייט צים עסען, אדער זיי זענען ארויס געשפרינגען פין א אימזעיבארע טייך פין די געיגענט.

גרויסע ווערטער, גלייך אינטער די טעפיך משנכנס אדר מרבין בשמחה, דאס ברעינגט ארויס ביי ר' מרדכי אין שטיב די גרויסע שמחה, עס העינגט אויך אויף א ווינדערבארן אויפן, אין א זייט זעיט מען די ווערטער מזל אדר דגים, נישט אויפן טיש וואס איז ווי א מזבח ליגן צוויי טראמפייטערס אויך איינס פאר רעכטס און איינס פאר דעים קעמפעדיגן שונא נומער איינס, זיי האלטן זיך גראד אויף ארויף אפילו קיינער כאפט זיי נישט אן, אויפן טיש איז דא געלט ווי אין די גאסן פין אמעריקע, ביידע זייטן זענען ציפרידן.

ווי עפעס א גאסט קבוע, קימט מיר יעדע יאר פורים אינדער פרי אן א שלעכטע גיסטע, עס הייבט זיך שוין אן ביינאכט, ווען איך לייג זיך אראפ, וויפיל איך טריי ביי נאכט זיך צי לייגן אויף די לינקע, כדי אויפשטיין אויפ די רעכטע, גייט עס נישט, איך שטיי אויף אין דעים הייליגן טאג אויף די לינקע, נישט קיין חילק וועלכע זייט איך שטיי אויף, איך ווייס נישט פון ווי עס נעמט זיך די מידה, איך פריוו זיך צי געיבן אייגענע טעראפי, איך שריי מיך אן, איך פאדער פון מיר טיפע אטעמעס, אריין פון די נאז ארויס פון די מאהל, איך פראביר אפשר איז עס א געלט אישו, פשוט איך בין קארג, און איך גלייך נישט די געלט געגייאכץ, האב איך פראבירט בייקימען דעים טעאריע, דורך נעמען געלט פראנאויס, שיינע סכומים ס'זאל זיין, דיפאזעטן א שיינעם דיפאזעט אין מיין טלית באטל, קוואדערס דיים, סינגעלס, אפילו א הויעפן צווייערס, איין יאר האב איך געהאט אזוי פיל געלט, אז איך בין געוועין גרייט אויף עטליכע מאבילעך, אבער זיי זענען נישט אנגעקימען, אבער נאך אלעם בין איך געבליבן מיט דעים שרעקליכן נאכטעם, דעי טענות אסתר לייגט מיך ציגרינד, איך האלט אז דעיס איז סתם אזא ריק, כדי מיר זאלן צאלן פאר די פורים, מחצית השקל, פארוואס נישט זאל זיין, מתנות לאביונים מיט א היתר עיסקא איז א נר מצוה ספעשל היי יאר,

איין טאג נאך פאר ר"ח אדר ב' איך קום אהיים מיר דיכט אז עס איז שוין פורים, אלע פורים זאכן זענען איבעראל, די קינדער קעפּפען זיך איבער א סאלדאט קלייד, יעדער וויל די ביקס, די שווערד, איך פריוו צי האלטו ארדענינג, מיין זין שיסט סנעפס, איך בעיט זיך צי אים ער זאל נישט אויפרייסן די שטינק באמבע, ער ציילט ביז דריי, אויב גיבט מען אים נישט זיין פארלאנג, טאטאל'ט ער דאס מקום, ער האלט די האנט אינדע הייעך, איינס צוויי צוויי אינאהאלב, מיין ווייב נעמט זיך מיטנעם נעגאשיעיטן, זיי קומען זיך דורך, ער געט זיך אינטער, מען גייט אים קויפן ביי "טויז פאר יא" א שפאגעל נייע בער, זי נעמט זיך שרייען סיניש פעהר, אקעי פאר דיר א מיקי מויז, וחמת המלך שקאקא, איך שריי נאך אז איך לאז זיך נישט פון טעראר, אבער היות זי האט קאנטראל, לאז איך איר עס האנדלען.

גיין צים רבין דערמאנט מיך ציריק פין מיינע קינדישע יארן, ווען מיר זענען אראפ צים רבי'ן אים אפגעיבן זיין כבוד, מיר די גאנצע כיתה האבן געקויפט א מתנה, מיר האבן געהאט א פורים רב, ער איז ערלויבט געווארן צי טרייבן לצנות פינעם "אלע יאר ארים" רבי, ער האט אויס געגראם'ט יעדע שוואכקייט, למשל דער רבי איז געוועין א פעשער, האבן מיר ג'גראם'ט ווי דער רבי איז זייער מדקדק און אכילה, ער גלייכט עמלק קיגל יעדן טאג פאר פרישטיג, מיר האבן אים פארציילט ווי מיר זעיען כסדר ווי ער נעמט ברויט פינעם פלעסטיק עד מקום שידו מגעת, ער האט אהיים גענימען אויך פאר זיינע שאף, אויך האבן מיר אים נישט פארגעסן צי דערמאנען די צייט ווען ער איז געוועין אויף א שטרעינגע דייעט, ער האט נישט געגעסן קיין חמץ, מיר געדעינקן זיינע דורך פעלער, אנגעהויבן ווען ער איז קודם דורך געפאלן אויף א קרעקער, דערנאך עמטליך אויף מעלבע טויסט, ני אז מען מעיג טויסט, דאן טויסט ברויט קען אויך זיין אין כלל, ני אז מען זאגט שוין ברויט, איז נאר א שפרינג צי פיטער ברויט מיט אייער שפייז מיט געדינסטע צוויבל וגם לרבות עטליכע קעיזעלעך, מיט א גאנצע גויפן ירקות, פירות נאכאנאנד, מיר האבן עס שיין אריינגעטייטשט אין גראמען, דער רבי האט גערויטעלט כסדר, מיר האבן אים דערמאנט אז מיר ווייסן דעים דאנעשטיג ציפרי סוד, פארוואס מיר האבן געברויכט חזר'ן אן א שיעור, פארוואס ער האט געהאט אסאך ציטיען מיט די כאָנעס און די באשטימטע צייט, פארוואס די מלמדים סקיסע איז געוועין פארשפארט, מיר האבן אויך ציזאמען געזאמלט פיל אשר יצר פאפיר ווייל דער רבי פלעיגט זייער ליעב האבן צי נעמען פון חדר'ס ארויסגיין, ער פלעיגט עס איינוויקלען און א קונטרס, על כן שלא לביישו האבן מיר עס נאך געטיען אבער נישט מיט איין קונטרס נאר פארשטייצעך מיט פינף און צוואנציג, עס זאל נישט זיין זיגות, ער פלעיגט מאכן עפעס א ספעציעלע גרידער ביים שנארכצן ס'נאז, מיר האבן געהאט איין ספעציעל קינד וואס האט געהאט די יכולת נאך צימאכן דעים רבי אויפן האר, אזש אז ווען ער פלעיגט וועלן דערשרעקן קינדער פלעיגט ער ביי יאזענט עס טיען, אז איין קינד פאר שרעק האט אראפ געשלינגען א קאגעלע.

מיר גייען צים רבין פורים ציפרי, איך האב נישט קיין געדילד, אבער מען ברויך עס טיען, נישט דא קיין ברירה, דער רבי מאכט דעי זעלבע וויץ יעדע'ס מאל, ווער איז דעי אינגעל, איז דעיס בערי אדער יואלי אלף אה יולי בית, ניין יואלי גימל דלת היי לאמיך קיקן גיט, מיין זין שטראלט, מיין רבי דערקענט מיך נישט, כ'האב געוויסט אז איך מיז האבן די שנאהץ, דער רבי געזעיגנט זיך, איך האב נאך פראבירט ציריק ציקיקן, שיעור נישט געווארן זאלץ, אבער נאך אויסגעפיעט צי זעין מיין משלוח מנה ווערן פארציקט און א שנעלע געיעיג נאכן טשעק, איידער נאך א טאטע קומט אריין, הזמן קצר והמלאכה מרובה, אזוי גייט דער טאג א דורך, ביז מען וויל אנהייבן די סעודה,נאך איידער איך בין ארויס האב איך נאך געהערט א קענדישע שטימע, טאטי ער איז אויך א חזר אדער ער טיפט יא שיין.

איך זיץ מיט מיין משפחה ביי די סעודה, מיטאמאל רייסט זיך איינער אריין אין מיין דירה, מיט יאמערליכע קולות, וידעו כי אתה שמך השם, באשעפער איך האב דיך אזוי ליעב דיכט זיך מיר אז ער זאגט, ער האקט געפערליך אין טיש, ער פראבירט צי מאכן דעים חיליק פון ארור המן ביז ברוך מרדכי, ער זעיט ער האלט נאך ביי ארור המן, וויינט ער געפערליך אז ער איז נישט זוכה היי יאר פורים צי שעלטן מרדכי, ער ברויך וויין, ציזעצט מיר אלעס, אויך האט ער א וויכטיגע צוועק, וואס ציליב דעים טרינקט ער, ער האט געהאט א תורה אויף פורים, אבער האט עס שוין פארגעסן.

די הייליגע טאג איז שוין כמעט א דורך, די דירה איז געווארן נהפך לאחת מחורבות ירושלים, פיל מיט שמיץ מיט ברעכעריי, וויין אנגעגאסן, ציטרעיטענע האלאפצע אויפן פאדלאגע, עטליכע אויסגעגליטשטע אין אלע ווינקלעך, איינער וויינט, איינער לאכט, איינער שלאפט, איינער מאכט זיך נאר, מען ברויך אריין ריפען א שטאב געניטע שקצים אויפצירייניגן דאס הויז, אבער דער עיקר איז שמחה, ווי איין צישאסענער וויינט מיט זידיגע, ווי דערלעיבט מען א ביסל שמחה, איך מיין ער איז א ברסלעווער, ער האט דאך א נ נח קאפל.

ני איך האף אז די פורים וועט זיך אויס ארבייטן, אלע עניי הגונים פון די בו ביום טיפ ארעמעלייט וועלן קריגן זייער מתנת לאביונים, און מיר וועלן בקרוב גיין קייגן משיח צדקינו במהרה.

1 comment: