Tuesday, February 25, 2014

חד גדיא שפיל

חד גדיא שפיל

א יעדעס מאל סמאכצעך עפעס א נייעסעל ביי אינז, צי מ'ארעסטירט איינעם, אדער מכאפט איינעם וואס איז נכשול געווארען אינעם חטא הידוע, אדער איז סתם אזוי א מזלזל אינעם מידת היסוד, אין ווערט באריכטעט אין א גויאישע צייטינג, סאם האו ווועיבצעך א קאנעקשן צי וועיבערמאן וואס זיצט אין תפיסה פאר הינדרעט צוואנציג יאהר, מיר זעיען דעיס צייט אין נאכאמאהל אידך גיסה זייגער אין נאכאמאהל (נאך נישט מחליט געוועיזן מליצה פאר time and again) אז די אנטיסעמיטן ווילן האלטן די וועיבערמאן עיבדא אין די הייעך,

היינט אינדע פרי א נארישן סקאנדאל מיט א עימצער האראוויץ האט געשפילט וויקטעם אין גלייך ווערט באריכטעט, ואתא הערצאג, ולקח את פארקאש, דשמר את וועיבערמאן, דפגע בקרויס, וזרקו לחד גדיא, למאה ועשרים שנה, חד גדיא חד גדיא, וה'יא נוהגים לומר בדשזי מעידשער.

מיר זעין די התנהגת כסדר, זיי מאכן דעים רינגל ראנגל רויזה ווי אימר מקען, למשל סיז דא א קלאגע קעיגן מיסטער ליכטענשטיין פין טיב טוב, אין נאך אנדערע פיער סטאר אייגענטימער, אז ער האט פראקטעצירט דיסקרימנאציא אקעיגן פריצות, מאכט מען א קאנעקשן, ואתא פריצה וניכנס לטיב טוב, ולבבה נשברה, וצעקה הנערה, כמו צעקת קרויס, שנפגע מוועיבערמאן, שנזרק לחד גדיא למאה ועשרים שנה חד גדיא חדיא.

איך רעד שוין נישט אויב כאפט מען איינעם מיט א חטא, הייבצעך גלייך אן דעים ניגון אז מהאט געכאפט איינעם דארך פארן א רעד לייט, אין מהאט עים אראסטירט, אזוי ווי וועיבערמאן גייט ער זיצען, שפגע בקרויס, וזרקו לחד גדיא, למאה ועשרים שנה, חד גדיא חד גדיא.

די דעילי נוז איז אזוי אזוי אבסעסט מיט וועבערמאן, אז ביי יעדע ענין דערמאנען זיי די עובדה, אפילו סיז נישט קיין שום חטא פארבינדען, ביי א סטאנדארט טרעפיק ריפארט קען מען אויך צאמשטעלן אזוי, סיז דא טרעפיק אויפן בי קיו אי ביים עקזיט פין פלאשינג, א קאר איבער געדרייט אין מהאלט אינמיטן די טא'אינג, פלאשיג איז אין ברוקלין אין די וויליאמסבורגער געיגנט, וויליאמסבורג איז די געיגנט וואס האט געצאלט די וועיבערמאן שפעיזן, וועיבערמן וואס האט געטיען זאכן אימאיידל, מיטן קרויס מיידל, אין מהאט עים פארווארפן אין חד גדיא למאה ועשרים שנה חד גדיא חאדא גאדא יייייייא.

No comments:

Post a Comment