Sunday, February 23, 2014

וואצעפפ סאמעטכע ביים זיכעניש

וואצעפפ סאמעטכע ביים זיכעניש

וואס לערנען מיר זיך פון דעים זיכעניש נעכטען.

עס איז שוין היינט נישט קיין נייעס אז מיר שעפן פרישע נייעס פון וואצעפפ, יעדער איינער ווי א כאר, נעמען ארויס דעים טעלעפאן, מען בליקט אריין דערין, מען ליינט, כככ, און מען לייגט ציריק דעים סעל. אינעם שיידעלע, און מען גייט ווייטער אן גענוי דארט ווי מען האט געהאלטן, איין מילי סעקונדע פארן לעצטען הפסק, אמאל איז עס אינמיטן דו הללוקא'ס, אמאל אינמיטן געין א פעמעפר פארן קינד, אמאל אינמיטן דרייוון, אבער עס איז דא א ביטערע חיליק וואס האט שייכת מיטן שנעלקייט פון אינפארמאציא, וואס האט זיך נאך אנגעהויבן פינעם טוויטער אפאכע, אז אויב באקימט מען עפעס א נייעס'ל איז דער מנהג, אז כדי מען זאל נישט עובר זיין אויף ואם לא יגיד ונשא עוונו, מיז מען דאך מקיים זיין דעי מצוה און שיקן גלייך ווייטער, אבער עס איז דאך פארהאן א פראבלעים, אז אויב איז דו נייעס נישט אמת, איז מען דאך א חוזק, נו איז מען צישפליטערט צווישן זיך וואס זאל מען טיען, זאל מען שיקן ווייטער, און זאל דער עולם אליין מחליט זיין, אדער זאל מען ווארטן ביז מען הערט דעי ניייעס פון א קראנטען מקור, אה מען באקימט דעים צעפ פון איינער וואס קען זיין אז ער ווייסט, ווייל ער איז דאך א שוואגער מיט איינעם וואס האט שייכת צים ענין, איז ער דאך זיכער א אלס ווייסער, אבער למעשה נאכן ווערן אפגעוואנדען דורך אנדערע קוועלער לערענט מען זיך אויס אז קיינער ווייסט נישט גארנישט, אבער דאך זענען דו ספיקות אזוי גרויס, אז עס מאכט אן א מורה'דיגע צימישעניש.

עד שבא חכם אחד, און האט מחדש געוועין א נייע סארט מהלך וואס מיט דעי צוויי אותיות מעקומות איז מען טאטאל פטור פון יעדע סארט אחריות אויף וואס מען שרייבט, אפגעזעין וויפיל שאדן מען מאכט, מען קען זאגען סיי וואס נישט קיין נפחה מינה וויפיל מענטשען מען טיט וויי, אפילו מען ווייסט קלאר אז עס קימט פון גאר א שוואכע מקור, אויב נאכן לאנגען אויסברעך שרייבט מען זיך אינטער ק/פ דאן איז שוין מער נישט דא קיין שום טענה און מענה, מען קען מער נישט איבער פרעיגן, דאס איז נאר אזא שדא ביה נגרה, כזורק אבן לחימץ, מען מאכט א סאמעטאכע אן נעמען דאס מינדעסטע אחריות.

איינער איז פארלוירן מען זיכט, מען ווייסט נישט ווי צו גיין קאמאנדעווען, גייט א חכם און זיכט אטענטשען גיט ער א ברעך אויס בד"ה, ק\פ, אנגעמייכנט, און ער עסט וויטער זיין פעינעץ וואס ער נעמט איין חמין במוצש"ק, איי מיט דעים האט ער אפגעהרג'ט צעין מענטשען פון גיין זיכן, עס איז דאך א זיכערע שאדן, דערנאך ברויך מען אויפווישן גייט עס שוין ביי דיפאלט, זאג תהילים ק\פ מען האט אים אנגעריסן דו ביינער ק\פ, אה נאה נישט אמת ק\פ ער איז אין א קאמא ק\פ געכאפט א סטראק ר"ל ק\פ, ער האט נישט קיין איין צייכן ק\פ ער איז אין א קאלוידשע בליט ק\פ איין פיצי זעץ אין מוח ק\פ זיין מוח איז קריטיש פארוואנדעט ק\פ ער איז געזינט און פריש און זינגט לכא דודי ק\פ עס איז שוין נישט קיין שום עוולה צו בארעדן דעים מאן מיט גראבע לשון הרע, איך האב דאך געשריבן ק\פ אלזא מעיג איך איבער זאגען אז זיין שלום בית איז אויף שטיינער ק\פ געשלאפן אין אוטו צוויי וואכן ק\פ ער האט אסאך געלט אין קאר ק\פ געבארגט פון מאפיא ק\פ געפעדלט הויעך מאטריאל ק\פ, ווי קען מען אויסהאלטן אזא אפענע רשעות, מען מאכט וויצען אויפ איינעם וואס איז און א עת צרה, צו איז דען נישט דא קיין משפחה מיטגלידער, ווי אזוי קענען מיר נעמען איינעם פון אינזעריגע און איבערטרעיטן בשעת ער שטיקט זיך, עס איז דאך א מורה'דיגע רשעת וואס איך קען נישט באשרייבן, מיט וואס איז דאס אנדערש פון חוזיקן פון איינעם וואס גייט דורך קימא טעראפי, און זאגען פאר אים מיט זיין משפחה אז ער זעיט אויס אן די האר ווי א טאמאטע, עס איז ריין רשעות, גלייבט מיר אז דעיס איז מער רשעות, זאגן אויפ א פעילענדער מאן, אז ער איז געגאנגען זיך אויסבלאזען אן קיין הוכחה, עס מאכט דירעקט שאדן, עס קילט אפ דעים מצב, אפילו פאר עטליכע יאר ציריק ווען מען האט געזיכט קאלעצקי ע"ה איז קיינעם נישט איינגעפאלן צו מאכן לצנות על חשבונו, מען האט גענימען דו מעשה מיט א ערענסטקייט, אבער מיט דעים ק\פ חרבן, איז חרוב געווארן אינזער גאנצע ערענסטקייט צו דו עת צרה, עס האט געמיזט ארויס קימען הארץ רייסענדע טוויט'ס פון שומרים אז דער מאן איז בין החיים, מען ברויך מענטשען זאלן קימען זיכען אנשטאץ פארשפרייטן פאלטשע מעשיות, זיי האבן געמיזט בעיטן ביים עולם אז דא איז א לעוועל וואן זיך אקציא, ווי האבן מיר זיך דערקייקלט, וואס האט מען מיט אינז געטיען, עס איז דאך חרפות און בושות.

מיר ברויכן זיך ארויס לערנען א מוסר השכל, אז מען ברויך זיין שטיל, נישט יעדעס מאל ברויך מען אויסניצן צו שרייבן א וויץ, נישט אלעס איז א וויץ, ווען מיר זענען געוועין פארנימען חוקר ודורש זיין ווי דו לוויה גייט זיין נייעם צו אלטען, האט א רעספעראטאר פון א אימשילדיגן ציל ברעיט געהאקט און געשטיפט ליפט צים פאציענט, ווי עס וואלט געזאגט ליפא'לע זארג נישט מען וועט דיך נישט דא פארגעסן, מען וועט דיך אפירזיכן, דו וועלט איז טאקע ביטער אבער נאך נישט עק וועלט, מען וועט דיך טרעפן און פון דיר נאך געהעריג קער נעמען, און טאקע נאך איידער עס וועט זיין צו שפעיט.

טייערע אידישע קינדער, לאמיר זיך פארנעמען אז מען וועט נישט חוזק'ן חלילה פון קיין איד וואס איז אין א עת צרה, מיר וועלן זיך נישט אויפפירן ווי די מענטשען פון סדום ועמורה, מיר וועלן נישט לעקטארזירן אינזערע געפילן, מיר וועלן ניצן טעכנעלאגיא אויף צו אנווארימען דו הערצער איינער פארן צווייטן, מיר וועלן אנשטאץ צעפען וויצען, וועלן מיר ניצן דעים טעכנילאגיא אויף ציוויסען טיען ווי מען זיכט און ווי מען איז שוין געוועין זיכן, מיר וועלן זיך פאראויס ריקן דערין, נישט זיין קיין בטלה מביא לידי, און זיין ווידעראמאל א צועק לשעבר חלילה.

No comments:

Post a Comment