Sunday, February 23, 2014

דער לעכל

דער לעכל

וואס וועט זיין מיט אינזערע דורות, ווער איז שילדיג, צועק לשעבר וואס האבן מיר וועין געזאלט טיען, וואס טיען מיר איצט דערצי, פארפאסן מיר דעים שיף, פארוואס זענען מיר אנדערש ווי ביליאנען גויים.

איך רעד דא פינעם גרויסן דירות בראך, מיר האבן זיך אהער געצויגן קיין ניו יארק, וואס דאס איז היינט דער גרעסטער קאנציטראציא פון היימישע אידן, מיר האבן זיך דא שיין מסדר געוועין, אינזערע עלטערן האבן געהאנדעלט הייזקעס פאר שטוינענדע ביליגע פרייזן, א הייזל וואס מיין זיידע האט געקויפט פאר צוואנציג טויזענט דולר, ברעינגט אים היינט פרנסה ברווח, אינזערע עלטערן ווידערים, האבן שוין געצאלט פאר זייערע דירות בערך הינדערט אלפים, אין פייז און אין ברוקלין ווילאס, פאר צעין יאר ציריק די וואס האבן געקויפט האבן געצאלט בערך הינדערט פיפציג א סקווער פיסל, ביי לי גארדען, היינט האלט עס ביי כמעט פיר הינדערט פיפציג א פיס מיטן חוטם אויף ארויף ביז פינף מאות.

אלזא וואלט דאך געוועין וויכטיג צי וויסען אויב מען פארדינט היינט מער, דער כולל אינגערמאן מאכט בערך הינדערט ביז צוויי הינדערט דולר, אויב האלט ער איין אלע זמנים, א שמיצעל מער ווי דרייסיג יאר ציריק, לאמיר זאגן אויב זאגט ער אויס תהילם ציפרי, איז ער גיט פאר נאך מאה וחצי, ס'ווייבל אויב איז זי א טיטשער דאן לייזט זי גענוי ווי מיין באבע, ווען זי האט געטיטשט פאר פערציג יאר ציריק, אויב ארבייט זי און א אפיס, פון דרייצענטע קלאס ביז נאכן ערשטען קינד, דאן לייזט זי מאקסימום פיר מאות, אויב איז זי א קינדערלאז ל"ע די ערשטע יאר צוויי נאכן חתונה, דאן קען עס ארויף גיין ביז פינף מאות.

ני ווי איז דער חשבון, צינעזאם לייזט מען א חשבון פון זעקס, ביז אכט הינדערט, מאל פיר איזעס פיר און צוואנציג ביז דריי אלפים א חודש, בלייבט איבער נאכן רענט מיט יאטיליטי, נאר א קליינע חוב, אלע אנדערע זאכן פאר אלע אנדערע זאכן, נאכן זאמעלן און אוועק לייגן אביסל חובות פאר א יאר צוויי, און די מיט מסורת נפש - דריי, און די מיט בטחון - פיר, און די מיט א רייכע טאטע פינף, א כלל מען ברויך גיין ארבייטן, די וואס איז באשערט הצלחה במעשה ידיו, דער לייזט הינדערט טויעזענט א יאר, גוזמא ב'טאנע אבער לאמיר שוין זאגן, דער ברויך נאך מעשר זיך טיילן מיט זיינע פארדינסען מיט יעדן, ער האט שוין א מיני ווען דריי יאר ליעס, גיין אין קאנטרי, און א וויקאציא פאר ווינטער, ריען פון די שווערע האראוואניא, פוילען כ"א אדר, ל"ג בוימר מיט בר יוחיי, דער ברויך דעים איידעם אויסהאלטן, דער ברויך אויסהאלטן דעים כולל, דער ברויך צי שטייער געיבן פאר יעדער איינער וואס איז א אייניקל פון ר' מיילך, אויפנעמען פורים מאבלעך, אריין לאזן יעדן רבי'ן פאר אויבסט.

דעיס אלעס איז געוועין די גיטע צייטן, אבער עס גייט שוין נייע צייטן, קיין דירות איז מער נישט דא, פשוט כמשמעו עס איז נישט דא קיין ליידיגע דירות מער, יעדע אידיש קינד וואס האט חתונה, טרעפט א דירה מיט גרעסערע ניסים ווי יציאת מצרים, שיינע טייטש אויף קשה זיווגם של אדם כקריאת ים סוף מיינט טרעפן ווי צי וואוינען, עס איז פשוט בדרך הטבע נישט דא אזא זאך, עס קאסט און וויליאמסבורג פאר א קאפל א דירה נאך די מעשה נס איבער צוויי טויעזנט דולר, א דירה וואס האט געקאסט צוואנציג יאר ציריק זיבן הינדערט פיפציג דולר, מען פארדינט נישט היינט פיר מאל אזוי פיל ווי דאן, אבער דאך שטייגן די פרייזן שנעלער ווי א פאליס קימט אן צי א דאבל פארקד קאר,און אלעס פאר א דירה אזוי גרויס ווי א לעכל, נישט קיין לייטישע רחוות'דיגע דירה, ווי אזוי קען דאס זיין אז אזא שויעדערליכע עוולה געשעיט דא פארענט פון אינזערע אויגן, אינזערע קינדער קענען בדרך הטבע נישט דא זיין, אבער ממש קוים האבן די קאראש אוועק צי גיין פון דא, קיינער נעמט נישט ערענסט דעים קריזיס.

אבער ווען איך קיק זיך צי קען מען מיינען אז איבעראל אין אנדערע געיגענטער איז אויך טייער, דער תירוץ איז גראדע - ניין, נאר ניו יארק איז טייער, איבעראל און אינזערע שכינות איז ריעל עסטעיט שפאט ביליג, הייזלעך אין ניו דזשערזי, קאנעקטיקעד, אפילו און געוויסע נייערע פלעצער אין ניו יארק, זענען ממש בחינם, ווי סטעטן איילענד, געוויסע פלעצער אין קווינס, איז דאך שווער דא א געוואלדיגע קשיא, פארוואס גייען מיר נישט, פארוואס זענען מיר נישט געגאנגען קיין בושוויק ווען עס איז געוועין בחינם, ביז פינף יאר ציריק, ווער האט אינז נישט געלאזט גיין וואוינען און קענארסי, ווען עס איז געוועין משוגע ביליג, פארוואס גייען מיר נישט אוועק בלויז עטליכע מיניט פון דא פאר א דריטל ביליגער, פארוואס קענען מיר נאר וואוינען ווען עס איז דא לבוד צי די בי-קיו-אי.

אה איצט רייסען מיר זיך די האר פון קאפ, מיר קלאפן הענט כסדר וואס טיען מיר דא, האבן מיר דען א פלאן, ניין ווייל ווילאנג עס קימט נישט דער מלאך המושיע, און ריפט ציזאם אלע זקנים און זאגט עקע שלחנו אליכם, וביום פקדי ופקדתי גייען מיר נישט, מיר גייען נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, ווען משיח וועט קימען און זאגן מיר גייען קיין ירושלים, ווער וועט וועלן גיין - קיינער, נאר אויב ער זאגט צי אז גאנץ וויליאמסבורג גייט מיט, אה דאס קען שוין ארבייטן, ווייל אלע טיקעט פאליציי וועלן מיט קימען.

ווי אזוי קען זיין אז איך קיק אויף'ן דבר יום ביומו יעדע וואך, און ב"ה דער עולם געווינט יעדע וואך א גאנצע קלאס אינגען און א קלאס מוידן, נאר אויפן דבר אליין, און צווישן אלע אנדערע מן הסתם נאך איין קלאס, דאס טייטש אז עס גייען זיין פיפציג כיתה אלף און צוויי יאר, און היינט איז שוין דא און וויליאמסבורג דרייסיג כיתה אלף'ס ביי אינגלעך אליינס צווישן אלע מוסדות, איך זעי אויך אז עס איז דא בערך צוואציג חתונות און וויליאמסבורג א וואך עוורידש, און איך גלייב אז דעיס גייט זיך שנעל דאפלען און טריפלען, ברויך מען זיין אייכענשטיין איינציזעין א קאלאסאלע בראך, און דעיס ארבייט שוין לאנג נישט, און דעיס קען נישט אנהאלטן מער פאר צי לאנג, דירות גייען זיך נאר הייבן און מער דראמאטיש, אזעלעכע פרייזן וואס נאר סעקשן עיט וועט קענען באצאלן, דער איבעריגער עולם, וואס ווייסט שוין נישט וואס דאס איז בכלל, וועט נישט האבן קיין שום ציטריט צי א דירה, וואס וועט דא זיין, וואס פאר א פלאן האבן אינזערע מנהיגים פאר אינז, איך וויסן ווי אמשנעלסטן.

אינדערהיים האבן אידן געוואוינט בכל קצוי תבל, עס זענען געוועין מיליאנען אידן, יעדע שטאט האט געהאט הינדערטער טויזענטער אידן, אזעלכע שטעיט ווי חיסט, נאסאד, סאטמאר, יאסע, פעסט, גראסווארדיין, האבן געהאט פיפציג טויעזנט אידן כאטש, אדער ווארשע, קראקע, האבן געהאט עטליכע הינדערט טויעזנט אידן, אלע דערפער זענען געוועין אנגעשטאפט מיט אידן, איבעראל האט מען זיך געטראפן א געשעפט צי טיען זה בכה וזה בכה, אן קיין אינטערנעט געשעפטן, טאקע געוועין עניות, אבער אלעס האט געלעיבט, עס האט נישט געקאסט קיין סאך צי וואוינען, היינט איז דא דירות ב"ה מילאנען דירות, נאר מיר האבן זיך פארגליכן אין א געטא סטיל געוואוין, מיר גלייכען בונקערס מיט בוידעמער, אויך גלייכן מיר זייער פאפא קידוש זייל, איז דעיס נארמאל אז א סעלער פאר א חתן כלה איז פארגעצויגן, איז שוין א גדולה א ישועה, אז מען טרעפט אזא דירה ברויך מען זאגן שעשה לי נס במקום הזה, געיבן א גרויסע קידוש מיט הייס עסן, ווי זענען מיר באגאנגען אזא גרויסע פעילער, אין וועימענס פאסקע זענען מיר אריינגעפאלן, ווי אזוי זעיען מיר זיך פון דא ארויס.

אין ארץ ישראל מיין איך האט מען געמאכט א פלאן, מוסדות האבן נישט אנגענימען קיין קינדער אין ירושלים, דער גערער רבי האט נישט געלאזט זיינע חסידים וואוינען און ירושלים, בעלז און אנדערע האבן גלייך נאכגעפאלגט, ער האט איינגעפלאנצט עטליכע הינדערט אינגעלייט און סיי וועלכע געיגענט, און עס האט ציגעצויגן אנדערע מענטשען, פארוואס האט ער עס נישט געמאכט פאר קרית גער, לכאורה ווייל ער האט פארשטאנען אז כדי עס זאל זיין מיט הצלחה ברויך עס זיין א געמיש, על כן האט ער פשוט מחייב געוועין זיין עולם, אז מען מיז גיין וואוינען און די ריחות ערגעץ, און ער בויט געיגענט נאך געיגענט, אן קיין טויעזנט חשבונות.

אה מען גייט בויען א שטעיטל, איך פריי זיך זייער, דער אייבישטער זאל העלפען עס זאל מצליח זיין, אבער זאל מיר איינער זאגן אז דעיס איז דער ישועה, קען דען זיין אז דער פלאן איז גיט, אז מען וועט ארויסטראגן א מספר מצומצם קיין וואן סיקסטין, מען ליפטערט בלעטער אויף בלעטער, מען טיילט ממש בחינם די דירות,מען בעיט זיך בתחנונים פליז גיי וואוין נארמאל, פיר א נארמאלע לעיבן, און ממש ניסים פעילט אויס אז עס זאל מצליח זיין, אבער און די זעלבע צייט קויפט מען און מען בויעט בילדיגס פאר מיליאנען דא אין שטאט, אלעס כדי להגדיל הפראסק, פארוואס פעילט דאס אויס, זאלן די מוסדות דא זאגן אז מיר בויען מער נישט דא, מיר גייען נאר בויען אין אנדערע געיגענטער, שיקן באסעס קיין בושוויק, איסט ניו יארק, מיט די איבריגע געלט קויפ אפ צוואנציג הייזער פארדינג פאר כולל אינגעלייט אויסער די עירוב, וואס איז נישט דא שטייצעך, ווי מען טאר נישט פארקויפן אדער פארדינגען פאר א גוי, מיר אינגעלייט ברויכן חיזיק פאר א סיבה וואס איז אימפארשטענדלעך, מיר גייען נישט און ערגעץ נישט, אפילו מען קען גיין פאר ביליגער פינף מיניט מיט א קאר, אה מיר ברויכן פרנסה, וועלכע פרנסה האבן מיר דא, וועלכע גליקן ווארט אינז דא אפ, חוץ שנארערס פאר אידן גרויסע בעלי חובות, וואס מאכן חתונה זייער פערטע קינד, און האלט ממש פאר א הארצע טאקע, מען קען לעיאדע סעקונדע ווערן א אלמנה מיט צעין יתומים, איך האלט עס נישט אויס, אז אינזערע קינדער גייען וואוינען און מאבלעך אויף די גאס, אגב נישט קיין שלעכטע איינפאל, א טיקעט איז ביליגער ווי די רענט.

מיר אינגעלייט ברויכן זיך נעמען צים עסק, אן קיין חשבונות, און גיין אפירזיכן געיגענטער ווי גרויסע גויאישע דעוועלאפערס בויען און זיך אריין ריקן, קויפן וויפיל דירות מען קען, און די איבריגע וועלן שוין נאכקימען, אלע ציגעהערן וועלן נישט שפעיטיגן צי קומען, למשל מען בויט געיגענטער אויף די לאנג איילענד עקספרעסוועי, לעיבן גרעיט נעק געיגענט, צעין מיניט פון ראדני'ס הייסע בור, וויפיל חשבונות ברויך מען מאכן איידער צוואנציג אינגעלייט רייסן אהין, נע מען וועט ווארטן ביזן לעצטען מיניט און דאן וועט שוין גארנישט זיין, עס בויען זיך כסדר אזעלכע געיגענטער, מען נעמט קויפן און מען ראטעוועט נאך עטליכע הינדערט אינגעלייט.

אפילו לעיקוואד וואס איז א שעה פון וויליאמסבורג זענען דירות ווייניגער ווי העלפט די פרייז פון דא, מיט מער אויסזיכטען אויף פרנסה ווי דא, דארט איז דאך שוין יא דא אלע ציגעהערן, מען קען שוין דארט קויפן זאזא קענדי'ס, פארוואס גייען מיר נישט אהין נאר אויב עס האט א היתר מאה רבנים, עס גייט מיר נישט אין מוח אריין, וואס איז מיט אינז ראנג, וועלכע ווילדע גראז שאדט פאר אינזער טראכט פראצעדור, פארוואס זענען נישט די אינגעלייט אפפערוויליג צי ראטעווען זייער אייגענעם לעיבן, פארוואס זענען זיי ענדערש וויליג צי ארבייטן פאר זייער לענדלאר כל ימי חייהם, ווי איידער וואוינען מיט הרחוות הדעת, אולי ווייל אם אין דעת שכל מנין

No comments:

Post a Comment