Monday, February 24, 2014

עולם הפקר יבנה

עולם הפקר יבנה

איך שטוין ווען איך קיק צו דו וועיג וויאזוי מענטשען אפערירן מיטן טעיגליכען הלוך ילך, אז איך האב געקלערט אז איך וועל שפיאנירן אויף אזעלכע לייט און איך וועל ריפארטן ווען איך זעי עפעס מאדנע.

איך זעי מענטשען וואס דרייען זיך ארים מיטן מיינינג אז זיי זענען בעל הבתים, זיי זענען נישט דו נידריגע קלאס, זיי קענען נישט עסן קיין טאנא סענדוויטש פין א גראסערי, זיי מיזען ארויסגיין עסן, ווען א זאמלער גייט ארים נאך געלט, מיז מען זיך ביי אים אפשטעלן אין בעיטן א גרעסערע נתינה, ער קויפט עליות און גרויסן, מיז עולה זיין מפטיר יונה, א אתרוג הדר, שתים שהן ארבע אין מיאמי, א הערליכע קאר, א ברייטערע היט, לערנט אפאר שעה אין טאג, וואכנאכט פין צוויי אלפים, קאנטענענטל חתונה, אויפרייסערישע שבת שבה ברכות, סך הכל איז ער א יוד א שיינער בעל בית, נאר איין פראבלעים איז דא, ער האט נישט קיין פעני א דורך צי לעיבן דעים טאג,

וואס איז פשט אז מענטשען לעיבען אויף אזא רעקלאסישן אופן, לעיבט אן קיין שום חשבון, וויזוי קען זיין, אז איינער וואס פארשטייט א שטיקל גמרא, איינער וואס איז א בר דעת און וועלטליכע ענינים, זאל נישט האבען די מינימאלע פארשטאנד אז מען קען נישט ספענדען ווען מען האט נישט, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין.

ווען איך בין געוועין אין ערשטע קלאס אין עינגליש, האט מיך מיין טיטשער אויסגעלערנט אז איינס ווען מען לייגט צי נאך איין ווערט צוויי, א פיטש פליט, תיקף דערנאך, צוויי ווען מען נעמט אוועק איינס איז איינס, נעם אוועק נאך איינס בלייבט איבער זערא, אין אויב וויל מען אוועק נעמען נאך איינס, קען מען מער נישט, ווייל וויזוי קען מין אוועק נעמען עפעס פין גארנישט, פארוואס ברויכען מיר דאס וויסען פרעיגט א אויבער חכם, מער א רעביש קינד, ער האלט נישט פין עינגליש, זאגט עים דער טיטשער, איך וויל וויסען וויפיל ציינער איך האב היינט פארלוירן, אויב איינער וועט מיך פרעיגען וויפיל זאל איך גלייך וויסען, איבעית אימא, סיז זייער וויכטיג צי וויסען ווען מען האט איין דאלער אז מען קען נישט אויסגעיבען מער וויפיל מען האט, אין אויב ברויך מען דעים דאלאר פאר פרישטאג, קען מען עס נישט אריין לייגען אין א פישקע, ווייל אויב יא האט מען מער נישט אויף פרישטאג.

אמת'דיג בתמיה, ביזט זיכער וואס די זאגסט, וויזוי קען אזא זאך זיין הייבען זיך אן די פראגעס, עס שטייט דאך קלאר אין א ספר, אויך איז עס איין געקריצט אינעם פישקע, אז ויתן ויחזור ויתן ווייל ונתנו גייט דאך אהין אין ציריק, און אויב מען געט פאר צדקה, קריגט מען ציריק מינימאם דאפעלט, עס איז זיכער אז מען טאר נישט מאכען קיין חשבונות ווען מען גיט צדקה, דו ביזט מיר זייער אויפגעקלערט, די ביזט נחמץ, אזא גערעדאכץ, איך ברויך דאך חתנה מאכען מיין אכצענטע קינד, ווי איז יודיש הארץ, אלעס איז אמת אבער פראביר אויס וועסטו זעין אז קיין פרישטאג וועט נישט זיין.

יא יא דאס איז אלעס פאר דער גראסערי מאן האט געזעין אז סיז צרות קיינער קויפט נישט, איז מען אויפגעקימען אויף א געניאלען איינפאל, מען גייט זיך שיסען אינעם געדעירם, מען וועט מתקן זיין א ביך, מען וועט אויפשרייבען, וואס איז די גרויסע זאך, ער האט דאך אויסגעגעיבן אלעס אין צדקה, בין איך דאך א מסייע לדבר מצוה, בין איך דאך א שותף אין מעשים טובים, וואס וועט זיין ער ברויך דאך נאר אויסווארטן ביז דער אויבישטער שיקט אים אפ וואס סעקימט אים, קען מען דען דעים גרויסען באשעפער דען נישט טראסטען, המבלי אין, היד השם תקצוץ, מען טרעפט כלערליי פסוקים, און דער ביך וואקסט ער שרייבט אין ביך נאך א הינדערטער, אין איין מאל מען איז אין די רויט וואס איז א חיליק מיט וויפיל, מען נעמט זיך צי פלעסטיק, עס הייבט זיך אן פרישע צדקות אויפן קארטעל, יעדען חודש נאר אכצען דולר, די זאמלער גייען ארים מיט אזעלכע מאשינקעס וואס מען קען אראפלאדענען פין א קארטעל בראייה בעלמא, אפילו ווען מען איז אין בור, קען מען סוויפן ס'קארטעל, ווייל די מאשין איז וואטער פראף.

פארוואס קען מען נישט פארשטיין אז אויב מען באצאלט נישט קיין באנק, נעמען זיי זיך צי די ביינער, און זיי זענען נוקם ונוטר, אה ביזט א נער וואס פארשטייסטו, איך האב א נעפיו וואס מאכט שארט סעילס בוכאשעם זייער מצליח, ער העט קער נעמען, אוי העט מען ציפיקסען די באנק, דעי רשעים אנטעסעמיטן, מעט זיי צייגען ווער סיז באלעבאס, אבער פארוואס קויפסטו א זימער הייזקע, מיט א מארגידש, פארוואס אינטערסירסט דו דיך אין א וואן פוינט צוויי הויז ווען דו האסט פיי סאמעך, אין קיין פינף צענט אין קעשענע, וואס איז דעמאלץ אין דיין מוח, וואס הייסט דאס מעט שוין עפעס מאכען, סעט שוין זיין גיט, כעל נעמען א שותף, אריין נעמען א אינוועסטער, נעמען א פרייוועט לאון,

זה הכלל א מענטש ברויך וויסען ווי ער שטייט אויפן כדיר הארץ, וויפיל געלט איז דא אין טאש, מיינט נישט אז אויב האט ער הינדערט טאלער אין טאש האט ער הינדערט אויס צי געיבען לכל מה שחומד, ער ברויך וויסען אז ער האט א שליחות צי גיין אין בוטשער דערמיט אדער באצאלען א חוב אין גראסערי, עס קען יעצט אינטער קימען די גרעסטע מציאה, די גרעסטע מצוה, אבער דעיס געלט איז נישט זיינס, חזקה שליח עושה שלחיתו, א מענטש מעיג געיבן צדקה אין מיז געיבען, אבער ער ברויך וויסען פאר ער גייט אין שיל וויפיל געלט ער האט היינט אוועילעבעל, אויב איז דא ציפיל צוועקן, מיז מען געיבען יעדען איינעם אביסעל ווייניגער, אדער ווייזען דעים אין לי צייכען וואס זעיט אויס ווי ווייפערס אין א רעיגן, מען ברויך וויסען אז מען טאר נישט גאנווענען, ווער ווייסט דען נישט שטייט דאך לא תגנובי לא תכחשו ולא תשקרו איש בעמיתו, אה היינט גנב'עט מען מער נישט במחתרת, היינט רויבט מען פון א קארטעל, מען קראכט א טשעק, מען שארט סעילט, היינט ניצט מען אנדערע מעטאדען, אבער מען ברויך וויסען אז מען טאר עס נישט טיען.

מען ברויך וואוינען אין א דירה מען זיכט ארים מען מעיג דאך, מען טראגט עפעס אן, וואס זאל איך טיען, סייסט מען ברויך אריין טאנצען, דער בורא כל עולמים וועט נישט לאזן פאלען, כאב דאך געזאגט גאט פון אברהם, וואס פארא מין גערעדאכץ איז דאס, מען דארף אריין טאנצען, די האסט א חשבון פין ווי דו גייסט עס באצאלען, עפעס א חשבון וואס מאכט שכל, עפעס וואס יעדער קען פארשטיין, אדער היות עס קימט חנוכה, פלאנסטו צו זעקלען ביי א קארטען שפיל, ווייל די האסט א חוש צו פאהקער, מען וועט בארגען הינדערט אלפים, אין דער אייבישטער וועט העלפען, ווי קען מען זיין אזא חיה, און נישט פארשטיין אז אויב באצאלט מען זעצט אן א חוב איז מען א אכזר, און א גנב, א חוב מיז מען באצאלען, אקעי וועט ער ווארטן אביסעל לעינגער, דאס איז אסור צי טיען, עס איז דא פלענטי וועיגען אין אפערטוניטיס צי זיין א נארמאלער מאן, אנהייבען א לעיבען ציוויל, אבער מיר זענען נישט זוכה אפילו צי פארשטיין וואס מיינט גראד, אין וואס מיינט קרים,

No comments:

Post a Comment