Sunday, February 23, 2014

איינלאדענינג

איר זענט איינגעלאדענט

איר זענט געלאדענט צים חתונה וואס איך מאך פאר הכלה הבתולה המהוללה וואס גייט פארקומען אין זייל פון..אקעי אריין און מיסט..

אויב האט איר שוין אמאל חתונה געמאכט, ווייסט איר פון וואס איך רעד, איינס פון דו גרעסטע טילטולי הנפש, קיינער האט דערפין נישט קיין הנאה, דעיס איז דאך לאו להנות נתנו, דעיס איז א מיז, ווייל דער מיט יענער העצעך באליידיגען, דעיס משוגעת גייט שוין אן זינט אידען זענען אראף פון עלעס איילאנד, א מנהג שטות, מען באצאלט משיגענע ציפערן, פּאָסט קאסט מינימום פיפציג צענט א שטיקל, א גזירה וואס מען קען זיך נישט אויסלייזן מיט געלט, דעיס איז א מצוה שבגיפו, מען ברויך אוועק געיבן גאנצע נעכט, וויפיל מען שרייבט איז נאך חצי תאוותו בידו, מען האלט אלץ ביי ווייניגער ווי פיפציג פראצענט, סטעמפס גיסן זיך ווי וואסער, מען דערמאנט זיך אלץ נאך א נאמען פין איינעם וואס וואלט זיך זיכער שטארק באליידיגט, ביי דו חתונה דרייען זיך מחותנים ווי פארסאמטע מויזן, אוי כ'האב אים פארגעסן צו ריפן, טאמער איז דער יעיניגער א שמחה קרעשער, גייט ער צים מחותן און רוימט'ם אריין אינעם רעכטן אויער, אז א גיטע חזר קימט אימגעריפן, כככ.

אלע ביטערע גזירות וואס גאט האט אינז ארויף געיאכט, ווייל מיר האבן געזינדיגט מיטן עץ הדעת, איז דא דער כלל וחטאיך בצדקה פרוק, אלע ביטערע גזירות איז פארענטפערט, ווען מען שוועיבט א צוואנציגער, אלעס איז דערנאך דו גזירה ווערט גלייך בטל, למשל היינט אינדערפרי קימט מיר א אינגערמאן צו ציפרי און קייכט פאר געוויין אז זיין ווייב גייט שטארבן פאר דעי אדער יענע מעשה, און ער אליינס באזיכט שוין זיין חלקה צוויי מאל א יאר, ער זידט מיט טרערן, אבער פלא פלאים, אזוי ווי איך לייג נאר אריין מיין האנט און קעשענע, איז ער שטיל ווי גלייך ער האט אקאראט אויסגעפויעלט א ישועה, אויב נעם איך א שענערע מטבע, ווערט ער גאר פריילעך מיט א שמייכל, אזוי ווי איך וואלט געליייגט באלזאם אויף זיין וואונד, אבער ער פארלירט זיך נישט, איין סקונדע דערויף פרעיגט ער צו איך וויל מוסף זיין, איך ווייז אים מיין נחש הקדמוני, ווערט ער גלייך ציריק ציבראכן ווי שנארבל, און חוזר חלילה מיט מיין שכן, אבער דער גזירה איז אלעס מיט געלט א קרוב.

אבער אינוויטעישן'ס, איז א בראך, ארעם ווי רייך גייען דעים ביטערען פיל אראפ שלינגען, יעדע האנדעלט זיך איין א אנשי שלומינו ביך, ביזנעס דרעק'טרי דרימלט איין אויף יעדען בלאט כאטש איין מאל, פארגעסט ווי ער האט געהאלטן, עס צימישט זיך, מיז אנהייבן נאך אמאל פינעם לעצטען טשעק, ביידע מחותנים ציגלייך, פיינע מענטשען שיקן ליסטעס איבער ציקיקן, ס'מיינט נאך ארבייט, עס העלפט נישט א מיליאן און באנק, ער קען זיין א פרוץ וואס פארוואלטעט אויף פילע וועלדער און גיטער, גייט דורך דעים זעלבען פראצעדאר.

ווען מיר האבן שכל און מיר זענען עס מבטל, וואלט יעדער הנאה געהאט, יעדער וואלט אפגעאטעמט, געקענט גיין נאך געלט מיט א ריאיגען געמיט איז מיר איין זרעילי מסביר, וואס איז שלעכט מיטן דבר יום ביומו, עס קימט ארויס טאג נאך טאג, און פאר דו וואס זענען פארגעשריטן רח"ל באקימען עס אויף בליץ פאסט, קען מיר איינער מסביר זיין, הלמאי מיר קענען זיך נישט אויס קאטשקענען פון דעי נערישקייט, שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו, ווער ווערט א נעבעך אויב שיקט מען נישט, דו ערנסטע פאריקטע האבן א חומרה, אז היות אויב שרייבט מען עס אויף קאמפיוטער קיקט עס אויס קאמערשל, שרייבט מען יעדען פריקן איינלאדענינג מיט דו האנט, קען זיך איינער פארשטעלן וואס דער פארפייניגטער טראכט אויף יעדען נאמען, לא עלינו ווי משוגע אינזער כלל איז, איך שעים זיך פשוט פון מיר אליינס.

אויב איינער האט שוין אויף הוצאות החתונה, און ער קען שוין מאכן שבת שבע ברכות ווי א בעל בית אינעם זייל פון ויואל משה וואס איז אינטער שמח תשמח, ער שיקט אויך א ריטערן קארד רח"ל, ווייל דעיס לייגט אים אריין און א ליניע צווישען דו גאר גרויסע לייט, ווי אזוי קען זיין אז מען האט נאך נישט ציגעטראפן אז קיינער שיקט נישט ציריק דעים ריטערן קארד, מען לייגט נאך ארויף דעים סטעמפ דערויף, כאילו מען שטייט און ווארט דערויף אזוי ווי אויף משיח, ני שיק שוין ציריק איך מיז דאך זאגען פארן קעיטערער וויפיל ראציאנען צו באשטעלן, אין דו איבריגע פערדס קעפ צווישען אינז, וואס שיקן נישט דעים ריטערן קארד, זענען נאך אלץ נישט סתם אזוי פטור, יש קאמפלעקס בישראל, וואס הייסט דו שיקסט מיר נישט קיין ריטערן קארד דו חיה, אה ווייסט פארוואס, דא קימט אריין טאלאנט פון א גריימער, מיט א הומאר פון חוש, קרטית חזריי אין אנו שולחים.. כי להופעסכם אנו מחקים, אה נאך איין מזל, ווייל איך האב עס געזיכט, ביז איך האב געליינט ביזן לעצטען שורה, בין איך געוועין און כעס, כ'האב געהאקט און טיש, ווי איז מיין קארטל ציריק צו שיקן, און יעצט זעי איך שלהופעסכם מחקים, בין איך א אנדערער מאן.

איינער וואס האט געקלערט אז ער וויל זיך דאס נישט אינטערנעמען אזוי קלאר, אז אי"ה ביום שמחתכם נעם איך זיך אינטער צו באשיינען דיין שמחה, עס איז דאך גרויסע שאלה, עס קיקט דאך אויס ווי א תנאי כפול, האט צינזאם געריפן כל חכמי כעלעם, ביז מען איז אויפ געקימען מיט א שפיצעל, וואס האט גענימען יארן ארויפציקעמען אויפן געניאלקייט פינעם ווארט, ישמח ליבי גם אנו, בעירך ווי יענער זאגט כ'האב געהאלטן א פיגי, האסט נישט געזעין, מיר זענען אים דאנקבאר לעולם ועד, ער קריגט דעים נאבעל פיעס פרייז, פארן אפראטעווען דורות פון ליגענט זאגערס.

אויך קען מיר אולי איינער מרמז זיין דעים סוד נסתר פון עפעס א געמויזעכץ וואס איז מרמז בסוד דעים ערשטען אות פון דו נאמען פינעם חתן כלה און דעים ערשטן אות פינעם לעצטן נאמען, קיינער פארשאפט נישט דעים פאריקטן מנהג שוטה אינטער צוויי הינדערט פיפציג טאלער, יעדער איינער טיט דאס ווי עס וואלט געוועין א מצות עשה, וואספארא א קראנקער מנהג איז אז מען קען אינז פירן ווי אינז זענען פאריקט, קען מען נישט שילדיג זיין פיפציג אלפים נאר אויב מען האט א מאנאגראם, וואס זענען מיר קעיניגן אליזעביטש, וויפיל איז אינזער איי קיו, אז מיר כאפן נישט אז מיר זענען נישט נארמאל מער, מיר זענען ראבאטן, איינער האט געמיינט אז ער איז קיל האט ער געמאכט א מאנאגראם, און מיר זענען שילדיג פיפציג יאר שפעיטער, מיר קענען דאס נישט סטאפן,

יעדער איינער, ווי מיר האבן וועין איין מוח, לאדענען מיר איין אויפן זעלבען וועיג, אך און וויי אויב איין ווארט איז משונה איז נישט דא קיין חתונה, מען הייבט אן מיט נעלה את ירושלים על ראש שמחתי, יש אומרים שמחתינו, שירה צוויי עוד ישמע בערי יהודה... עס זענען דא משפחות וואז זענען מקפיד צו מאכן דעים ערשטן שורה רינדיג זכר לקבר רחל, דו שורה וואס שטייט קול ששון וקול שמחה איז לכל הדיעות שוין גראד, ברוב תודה מתכבדים בלע בלע, יעדער איינער שרייבט אזוי א ווארט אראפ אדער ארויף, אבער אינטער דעי ברוב תודה ליגט איין הארץ פעילער אדער חובות, א חתן כלה א רחמנות ווערט ארויס געשטויסן פון א דורה, ווי א מלך און א בונקער אריין, דעיס איז בלי יוצא מן הכלל, אבער דער טאטע מאמע פרייען זיך, יעדער מיטן וויץ עטרת זקנים בני בנים גם אנו, גיי פארשטיי ווער האט זיי געפרעיגט וואס זאלען זיי נישט פריילעך זיין, וואס האבן זיי צישטייער געגעיבן, זענען זיי אויפ געוועין איין נאכט און צילייגען א פינגער און שרייבן איין אינוויטעישן.

הכלה הבתולה המהוללה, הבחור החתן המיפלג בטויאש, ווי אזוי קען נישט דער בחור א זעצער נישט אויסטרעפן עפעס א טויש אינעם נוסח, כאטש איין מאל א יאר, אויך א מנהג טוב לבייש את מי שאין לו, טאמער איז עס א זווג שני, חלילה נישט נכשל ווערן און א ליגן, שרייבן בתולה, ווען לעולם האט זו מער נישט קיין איזעיס, זו איז דאך א ריטערן, צווייט האנטיג, מיזן מיר דאס אויסריפן לכל באי שער עירו אז נבלה עשה בישראל, זו איז נאר א הכלה המהוללה, כן יאבדו ..

אויב אימעצער איז א שטיקל שיינער איד און האט מער צייט זיך ארים צישפילן, ליידענט איין אלע זיידעס פון עולם הבא, אזוי ווי עס פאסט, ער פילט אן דעים איינלאדענינגס בריוו, מיט גראמען וואס עס פאסט נאר פאר זיין שורש נשמה, און פאר זיין מחותן זאגט ער זאל זיך מוחל זיין זיכן אייגענע גריימען, פאר זיין שורש נשמה, מען קען אויס מישן זיידעס, הישמע כזאת, ס'קען שאטן עין הרע, חלילה מען זאל נישט געפריווט ווערן.

No comments:

Post a Comment