Sunday, February 23, 2014

אויבן אן

אויבן אן

איך וויל דא ארויף ברעינגען א ווייטאגליכע טעימע, עס שטערט מיר שוין זייער א לאנגע צייט, דאס איז דער אויבן אן, איך פארשטיי נישט דער פשט דערפין, ווי מער איך ווירבעל ארים אינעם ענין, קים איך צו א האלט, איך בלייב ביי צריך עיון גדול, וואס איז דאס א אויבן אן, דער פאקט איז אז א אויבן אן איז א מקום כבוד, איך גיי דאס נישט לייקענען, אבער וואס איז דער פשט דערפין, וואס פארלאנגט עס פון מיר, וואס דארף איך טיען ווען איך זיץ מיר אינטען אן, איך קיק ארויפ אויפן אויבן אן, און איך זעי א מאן וואס זיין זיידע איז געוועין א רבי זיצען אויפן אויבן אן, איך ברויך אויף אים קיקן און זיך אפלערנען א דרך און עבדות השם, איך ברויך צייגן מיינע קינדערלעך, אז ככא יעשה לאיש וואס עסט געפילטע פיש, וואס איז דער ענין, איך קען למשל פארשטיין אז ווען דער רב און שיל ברויך זאגן תורה, קען ער עס נישט טיען ווען ער זיצט לעיבן מיר ווען איך קנעיט מיין חלה און הערינג, ער מיז זיצען אינעם צענטער, אבער פאר א גיט יאר פארוואס ברויך דארט זיצען יעדער איינער וואס איז תורתו אמנתו, ברויך מען זיך אריינקיקן און זייער העכער געזיכט.

זיצט זיך דער שיינער איד אויפן אויבן אן, ער קיקט אראפ אויפן ציבור, ער איז דאך משכמו ולמעלה, וויל איך וויסן וואס לויפט דורך זיין מוח, עס קען ווערן אפגעלערט און עטליכע וועיגן, ער קען טראכטן, וואס זיך איך דא אויבן אן, איך דאך דער זעלבער פושע ווי אלע אנדערע, ער זיצט דארטן ציבראכן ווי א שארבן, ער ווייסט נישט ווי זיך א הין צו טיען פאר שרעק, ער גרויסט זיך בכלל נישט, ער ווייסט נישט וואס ער זיכט דא, אים איז שווער דו זעלבע פראגען, קען איך דען נישט עסן דעים בילקעלע ווי יעדער ציוויל ג'קליידעטער, ווייל איך האב סטראקעס מיז איך מיר צישפרייטן דעים נאז ווען איך גענעין דעים שטיקל בילקע וואס ליגט צווישן דו שפיצן פין מיינע גלייכע אצבעות צים מאל, פאר וואס מיז איך האלטן דו ביינער פון מיינע פינגערס גראד, פארוואס קענען זיי נישט זיין רינדיג אזוי ווי יעדער, פאר וואס ברויך איך אויפ הייבן מיין שטערן ווען איך קיי, און ווארפן מיין קאפ טפח לכאן וטפח לכאן, כדי לכוון לבו לשמים, מירמלען לא להנאות גופי, עס שטעכט אים אז ער ער מיז אויפן הייבן זיינע גימען און אראפ נידערן זיין שטימע עס זאל זיך שפירן דערין א זויערקייט, ווען ער זינגט בבואו מאדום, אז עס זאל ארויס קימען מיט א שטיקל ווידער קול, כדי עס זאל זיך שפירן אז אט איז רעווא דרעבתן, און ער פוילט איצט ישיעות, און ער ווייעכט אפ אלע גזירות רעות, ווען ער זאגט אתקינו סעודתא, מיט א שווה נך, ווייל עס איז בגמטריא פרים, דו אלע זאכן פאניגן זיין געוויסן, פארוואס קען איך נישט גערעריג זיצען מיט יעדן צוגלייך, עסן צו דו זעט, שמיסן גאנץ שלוש סעודות.

אדער זיצט זיך דארט אויבן אן דער אינגערמאנטשיק, און טראכט ביי זיך, פארפאלען איך בין מער פון זיי אלע, איך קען מער לערנען, מיינע תפילות זענען בוקע רקיעים, וועיגן מיר איז נישט דא קיין צרות אויף דער וועלט, ב"ה פארן דור וואס אנערקענט דאס, דעריבער שטיפן זיי מיך ארויפ אויבן אן, זיי בלאזן מיר דאס פלאץ, ווייל יעדער פארשטייט מיין חשיבות, מיינע סטראקעס זענען דאך דומה ווי תפילין, עס האט דו זעלבע כוונות, דו רעכטע זייט איז דאך לעינגער ווי דו לינקע זייט, מיט דו כוונה אליין צירייסן זיך גזירות, ווען א שטן זעיט דאס נעמט ער זיין פריש אויסגעטראכטע גזירה און פארלענדט עס, ער ווייסט אז ער האט נישט וואס צו טיען דערמיט, ער קען נישט קומען צו קידשא ב"ה, ווען ער וועט קימען מיט זיין פמליא א קיק טיען וואס עס טיט זיך אין שיהל.

אדער אויף א אנדערן אויפן, אז ער ווייסט ביי זיך כי חוטא ופושע אני, אבער דו המון עם ווייסט נישט, על כן מיז איך דאך טיען וואס מיינע עלטערן האבן געטיען, אזוי ווי מיינע זיידעס זענען געוועין אייניקלעך דור אחר דור פון רבי ר' בער, אדער פון ר' מיילך, מיז איך זיין אויבן אן, ביי העיקעלעך און ביי קרימקייט, וואס אינטערעסירט מיר וואס ער טראכט, קראכן זאלן זיי, פלאצען זאלן דו שונאים, זאל זיי דו קנאה ווערגן, איך וועל אויסניצן דעים פאקט אז זיי זענען פאריקט, איך וועל מאכן זיכער אז מיינע דורות וועלן געהעריג האבן ווי צו וואוינען, איך וועל מאכן זיכער אז איך פיר זיך אויפ ווי א רעבעלע, איך וועל זיכער מאכן אז מיינע קראגען זענען גענוי ווי דער קאזניצער מגיד, איך וועל זיך אויפירן ווי איינער וואס איז הייליג, און ס'איבריגע וועט קימען פון זיך אליין, דער המון עם וועט ציזאם נעמען גרויס געלט יעדעס מאל וואס איך מאך חתונה, איז עס דען נישט ווערט, וועל איך טאנצען ביים חתונה נאר אויף דו זעקסטע הקפה, ביג דיל וועט מען נישט וויסן אז איך קען יא דזשינא דזשינא, איך וועל מאכן עטליכע גרימאסן, איך וועל זיך איינחזר'ן א העיפליכע ברכה פארן חתן, און א טשעקל וועט ווערן ג'בים'ט און מיין פאלם אריין, פאר וואס זאל איך אוועק ווארפן אזא גליקליכע געלעיגנהייט.

איז דאך דא עטליכע פעלער ווי עפעס חלקים פינעם איבעא קענען ווערן אנטשידן, אמאל איז דא למשל א שמחה, קימט אן א שיינער איד, טראכט נישט קיין צוויי ער גייט גלייך ארויף ביזן שפיץ, לקיים מה שנאמר איזהו חכם הקאכיר את מקומו, דער בעל שמחה, גייט אים נישט מצער זיין ווי בר קמצא, מאכט זיך נישט וויסענדיג, לאמיר זאגן אפילו עס הערשט א געדרעינג אויפן פיצעלע טיש אויפן אויבן אן, אבער ער שטייט דארט שלא לבייש אתו זקן, הייבן זיך אן אלע אנדערע שיינע אידן צו קוועטשן איינער דעים אנדערן, עס ווארט אזא אימהיימלעך געפיהל צווישן דו שרפים דארטן, זיי וואלטן זיך וועין איינעם דעים אנדערן ג'שייטערט, מען פראבירט און עס געלינגט, מען האט מצליח געוועין, עס איז יש מקום בראש לשניהם, אבער פליצלינג ווי א ביטערע פיל באווייסט זיך א רבי וואס איז א פינקט אין מיטן סטייל, ווייל ער האט א טילופ, עס ווערט זיי שווארץ און קאלאמענטע אויפן הארץ, ער האט צוויי ברירות, אדער גייט ער גיין מן הצד, מען קען זיך דאך פארלאזן אויף דופן עקומה, אדער פארלאזט ער דעים זייל, ער האלט נאך ביי חצי תאוותו בידו, ער האט אזוי געהאפט אז ער גייט באקימען ברכה אחריתא, אזוי ווי ער זעיט כי כלתה אליו הרָב, מאכט ער א פיצחע ורננע, ער שלייכט זיך ארויס בחרי אף, אבער מאכט צהלתו בפניו, דא קימט אריין עקספיריענס, ווייל ער ווייסט גענוי פון אזויפיל פראקטעצירן, ווי אזוי ער זעיט אויס כאילו שפיגל מינח לפניו, געזעיגנט, געווינטשען, ארויס פריצייטיג.

No comments:

Post a Comment