Monday, February 24, 2014

פאשקע וויל

פאשקע וויל

עס איז היינט א צייט פון איש כל הישר בעיניו יעשה, דאס הייסט אז יעדער וואס קלערט אז ער טיט ריכטיג טיט ער, ער רעכנט זיך נישט מיט ימינו אדער שמולו, און אמת'ן אריין גייט עס מיר נישט אן, פאר וואס זאל מיר שטערן אויב איינער גייט מיט א שירעם ווען עס רעיגנט נישט, אדער ווען איינער אפילו טיט א דבר לא ישר בעיני, גייט מיר נישט אן, טו וואס די ווילסט און שטער מיר נישט פון לעיבן, און מיר וועלן אלע פריילעך זיין.

אבער די פראבלעים איז אז היינט איז אנדערש, היינט איז מען מחייב א יעדן מיט מה שישר בעיניו, אז איך האלט אז מען טאר נישט טיען א געוויסע זאך, איז מען מקיים איש כל היישר בעיני יעשה כל העולם כילו, מען גרינדעד תיכף אן ארגענעזאציא, און מען פאדערט אויף די גאנצע וועלט זיך צו צישטעלן.

אז איינעם פאלט איין אז מען ברויך פאסטען און מאכן א יום תפילה, מיז א יעדער איינער אן קיין שאלות אזוי טיען, ווער עס פרעיגט פראגעס איז אויף געקלערט, און מען ברויך זיך פון אזאנעם דערוואטערען אזוי ווייט ווי פון א פייל פין א בויגען,

מיר זעיען קלאר אז די אלע צעטלען וואס ווערן געליפטערט אנאנים זענען שוין גארנישט אזוי אנאנים, עס איז א ארגענעזירטע פלאכע אויפן כלל, א שטייגער ווי די פאשקע ווילן וואס פליען אויף דער ערד פלאך אזוי ווי די טוי אין מדבר, דבר יום ביומו, יעדן טאג אויך א אנדערע פירצא, ואין פוצה פה, די אלע רבנים און עסקנים זענען פליצים שטיל, און קיינער האט נישט קיין אנאנג, די מער ארגענעזירטע אנאנימע צעטלען, ווי די שמאלע געפאסטע קליידער, איז אויך די זעלבע, קיינער האט נישט קיין אנאנג, ווער סיז דערינטער, נאר אז קיינער איז נישט מוחה, אלעס איז און ארדענונג, די טעיג פארן, און מען טאר נישט פרעיגן, לעצטענס האבען אלע ליפלעץ גענימען מאכען פרנסה פין די אלע אנאנימע באפעילן, אזש אז סיז דא א נייע באפעיל יעדן טאג און יעדע ליעפלעט א אנדערע באפעיל, יעדער איינער מיט זיינע איינפעלער, און יעדע פרימאק שטייגט איבער דעים צווייטען קאנקארענץ פרימאק.

איצט גייט די פרישע ביזנעס אזוי ווייט אז אפילו די דריי גרויסע צייטינגען נעמען אן אזעלכע אנאנימע באפעילן, און לייגען עס אן קיין בושה, אז זיי באצאלן פארוואס דען נישט, יעדע וועכענטליכע העפט, אזוי ווי באלעטיען שאפערס רוט וכדומם, מאכט פינזע א לעיבן, פארוואס אויב וויל איך למשל לייגען א עדווערטייזמענט וואס איז נישט אויסגעהאלטן אדער למשל די שטערן שפאקטיוו וואס די בייזע האבן איינגעזעין אז סיז מלא פראבלעימן, האבן זיי זיך אויפגעוואכט פין א טיפע הייברענאציא און גענימען מאכן קולות וברקים, און ווען מען מאכט פורים פין אינז טעיגלעך און מען הערט נישט קיין פיפס, איז קלאר געדרינגען אז זיי ווייסען קלאר וואס דא גייט פאר און עס איז געשטיצט.

לעצטענס איז דא א נייע שטייגער פין אנאנים דאס ווערט אנגעריפן וועד, יעדע זאך איז א וועד, וועד איז מתיר אלעס דינג, ווען מען ניצט די מעדזעקעל ווארט וועד איז כשר, זאל עס הייסען וועד למשמרת העיר, אדער משמרת הצניעות, משמרת השבת, משמרת פיפקע, און דאס גלייכען, איז נאך אלץ אנאנימאציא מדברים בתוך גרונם, סיז נישטא קיינער וואס איז פאראנטפערטליך, און היות עס איז אנאנים אן קיין נאמען איז עס א פעלטשאנג און אידישקייט.

מען ברויך זיך זייער גיט אריין נעמען אין קאפ אריין איין זאך, אז ווען איינער שיקט א בריוו מיט א נאמען און א אינטערשריפט, מען קען זיך מיטען אויסטענען, האט עס האפט, אבער א בריוו צו א עד וואס א פערזאן מיט קאנטאקט איז נישט אינטערגעשריבן, איז עס אסור צי ליינען און א בגידה אין כלל ישראל, און האט א דין פין א פאשקע וויל, וואס איז בגמטריא שטן מיט פגע רע.

מיר לאזען זיך פירן שוין יארן פין אינזערע רבנים דא וואס אטאראזירן די פאשקע ווילן אבער האבען נישט די ניסלעך צו לייגען זייער נאמען דערויף, אלזא פארוואס לאזען מיר זיך, מיר ברויכען ציריק געיבן אנאנים און אפירנעמען דו אזויגעריפענע און פארהאלטען און זיי ארויס סמאקעווען פין די מייזען לעכער, און זאלען ענטפערען, פארוואס זיי לאזען צו ווען מען איז מבזה מענטשען פערזעינליך, אדער ווען מען צישטערט איינעמס שמחה ווייל מען וויל לייגען פרעשור, ווילסט עס טיען גיט אבער לייג דיין קאנטאקט, זיי נישט קיין האן, ערווארב א איי צוויי, און קים ארויס עפענטליך און פייט פאר פרימקייט, נישט פארשעים מיט א פשקע וויל.

איין קי בצירת אדם שטעלן זיי אלע מאל ארויס, און שרייט אויף יעדע פירצה, ער שרייט שבת, ברעינגט אינטער די מדינה, שעלט די פורצי גדר, מחרים שטיינמן יעדן שני וחמישי, בודק אלע פרויען בדיקת פנים, דער אפיציעלער שטרימפ מעסטער, שרייבט אין אלע בעסקיסעס, איך וויל נישט פורץ בשמו זיין און זאגען אז איך מיין ... מיט עים אינדענטיפיצירן זיי זיך, אזא זרע לבטלה האט נאך נישט פאסירט זייט ששת ימי ברייקערס, קיין מאל נאך נישט געוועין אזאנץ אין אינזער גלארייכער היסטאריא, און די משלחים ווייטער זענען נאר מציץ מן החקקים, אין ווייעכען זיך אויס פון די אפגעריסענע מיט די בערישע שטימעס.

יא אבער ווען סי קימט צו איינקאסירן כבוד מיט רעספעקט, דעמאלץ זענען זיי דא נוטל חלק בראש, כבוד הרב מיז האבן א חשוב מקום ביים הדר קבליא, מיט א באשטימטע פלאץ ווי יעדער וועט זוכה זיין צו זעין די געהויבענע צורה, אלע גבאים מיזן מסכים זיין אז נישט גייט מען צי די סטרא אחרינא, זיי זאגען דאך צו א גאלדענע שטיהל מיט א לעמאזין, א סקיסע סמוך ונראה, דארטען זעיט מען נישט די טעיגליכע שרייער, און די אלע וואס ווערן קיינמאל נישט הייזעריק, זיי לייגט מען ווי אפיקומן נאך חצות. אפילו פוי לאזט מען זיי נישט שרייען, ווייל א פראטעסט וואס מען שרייט פוי איז נישט שיין, איידעלע רבנים קענען נישט ציקיקן ווען מען שרייט, מ'מעיג נאר שרייען ווען זיי מאכען עלית נשמה, אדער און זייער אפוועיזענהייט, ווייל זיי קענען קריגען א בליט שטארץ.

No comments:

Post a Comment