Monday, February 24, 2014

על דא ועל הא

על דא ועל הא

איך זעי דעי אלע בילדער וואס קימען אן אהיים פון דעים הייליגען מקום אומאן, וואס איך זעי איז בלויז קול ענות אנכי שומע, איך זעי נישט קיין זיק קדושה, קיין כל שהוא ערענסטקייט, קיין משהו יראי שמים, וואס איז קלאר ווי דער טאג איז אז דער עולם איז דארט צילאזט עד רים המעלה, אנגעשאשקט מיט אלע ערליי דערהייבינגס מיטלען, דעי סדר הזמן פארשטיי איך נישט ווען לאזט זיך דער עולם ארויס און דעי טענץ, איז דאס מוצאי שבת, צו זענען זיי אלע געוועין זאָבּער ביז דאן, זענען זיי אלע דריי טעיג געוועין ביים תהילים'ל און תיכף ביי צאת הכוכבים פליקען זיי אויף דו אלע מיני בּשָמים, אדער איז דעיס ביים אנקומען קיין אומאן, און גאנץ ר"ה זענען זיי הויעך, אולי זענען דו מחמירים יוצא ביידע דיעות, אזוי צו אזוי פארשטיי איך יעדע לאהז וואס פִּילגרימט קיין אומאן, פארוואס דען נישט ער מאכט א חיים טובים דארט, דראגס איז ליגאל, מען איז בשמחה מבואו ועד צֵיתו, מען איז לא ידע בשיכבו ובקימו, און עֶז עֶי בָּאנוס, פליעט מען ארויס פון גיהנום מיט א וויילד קאַרד, דורך דו פֵּיאות, וואס א גרויסע פראצענט האט ניטאמאל, ועל ראשם קיקט זיך קִדשָה בּריך הוא צו מיט זיין פמליא, צינעזאם מיט רבי נחמן און ער שעפט גויפענעס נחת פון דו הייליגע טענץ, און זאגט זעיט עץ מיינע קינדער זענען אזוי פריילעך, זיי זענען מיך אזוי שיין ממליך, אריין אינעם ווייסען בִּיך לחיים טובים אריכים ולשלום, און איך גאַר שטארק אז זיי זאלען זיין ציריק לשנה הבא.

פארוואס זעיען מיר נישט דו בילדער פון דו טויזענטער קלאָמפּעֶרשטע נארמאלע מענער וואס פירען זיך יא אויף כדרך אנישו, מיט אביסל כבוד הבריאות, דו אלע וואס זענען אינעם ערעפארט מיט בלינד מאכער געצייג, ווי זענען דו אלע גארבידש בעג אידען, ווי זענען דו צוויי בחורים מיט דו אראבער שמאטעס מיטן ביבער היט דערוף אזוי ווי האָמפּטִי דאָמפּטִי זיי זאלן נישט ניכשל ווערן און קיין ראיה אסורה, ווי זענען זייערע כלים, פארוואס וואנדערט נישט ארויף א בילד פינעם מראה נורא אויף דו וואצעף גרופעס, איך מיין אז עס איז מער אינטערעסאנט, אפילו זייערע עדווערטייזמענט קליפ כאפט דאך דער גרויל, ווי יעדער איז זייער בּיזי משמח זיין יעדען זינדיגער, אלעס ווערט דארט דערהויבען בזכות הצדיק, אוודאי מיט אזעלכע קוואנטימס העכער מאטריאל ווערט יעדער דערהויבען, יונגע חברה דרייען זיך רינדיג מימן לשמול אחור וקדם, מיט גרויסע עקספערטיז דאס קימט נאר פון טאנצען און שפרינגען נאכט נאך נאכט און דע ווערץ הייזער, דעיס קימט נישט פון עוד ישמע ביי א לאקאלע חתונה, זאל דער בורא זאל שומר און מציל זיין וויפיל אינגע נשמהלעך ווערן דארטן פארטיליגט, נייאיווע טאטעס שיקן דו קינדער קיין אומאן עפעס זעין, און נאך ווי זיי זעיען, עליונים למטה און תחתונים למעלה, אויף וועימנס חשבון, פארוואס קומט קיינער נישט ארויס ברבים זאגען, במושב לצים לא ישב, מיר לאזען זיך נישט אריין כאפען אינעם נייעם עבודה זרה, אלעס האט דאך א גבול, אביסל טענץ אקעי אבער אזא סוללת איניש אקצעפטירט, מיר גייען נישט מאכען פון ראש השנה א פרישע פּורים אויף סטירוידס. אן קיין פארשטעלעכץ.

מיר האלטען איצט שוין ביי צום גדליה איך פאַסט טאָטאַל אן קיין געדילד, איך גיי נישט לייקענען און זאגען אז איך איך בין ציבראכען פאר גדליה בן אחיקם, איך פארשטיי מען איז באגאנגען קעיגן אים אן אימרעכט, מען האט אים פארשניטן אינגערהייט, אבער וועיגן דעים מיזן מיר פאסטן צוויי טויזענט יאר שפעיטר, איך האב דאך אים גארנישט געטיען איך האב אים נישט ג'הרג'ט, און אויב מען וואלט מיר ערמארדעט וואלט וועין גדליה געפאסט, נו פארוואס ווען ער ווערט אימגעברעינגט ברויך איך פאסטען, נאר וואס דען, מיר וועלן נישט פרעיגן קיין קשיא'ס מיר וועלן פאסטען עניוועי.

אלע יארן און דו צייט קימט דו זעלבע זאך און מיין זיכרון, מיר דאווענען שמונעסרע און יעדער זארגט זיך אז איך זאל חלילה נישט פארגעסן המלך הקדוש, פון דו גאנצע שטילע שמונה עשרה איז געווארן א הויכע יעדע רגע רייסט זיך אויף א צווייטער "זכרינו לחיים" "המלך המשפט", איך קען נישט מיין מחשבות האלטען קאנצעטרירט, איך וויל שוין עפעס א תפילה אינזין האבען, און גלייך שרייט א חיפער וכתוב, איך האלט נאך ביי רפאינו, און נאך דעים איך בּיק זיך שוין מודים, מיין קאפ איינגעבויגען און איינער שרייט מיר און דו אויערן מי כמוך, אזא מין צבוע'ניק אלץ גייט ער אויס ערשט און שארט זיך ארויס פון שיל בלחש, היינט מאכט ער א שטורם ווינט ווען זעכציג פראצענט איז שוין אויסגעגאנגען, שרייט ער המלך הקדוש, זיכער קומט ער פון אומאן אדער האט ער תשובה געטיען מאהבה.

א גיט מארגען איך בין ארויס פון הויז צום גדליה, איך בין און א גיטע גיסטע, מיר האבען זאגאר זיך אויסגעפּוילט א גיט געבענטשט יאר, מיר זענען ליידיג פון עבירות, אלעס ליגט און תשליך, אלע פישען זענען אנגעלאדענט ווי שטאפ גענז מיט אינזערע חטאים, און איך קים אראפ פין דערהיים, מיין פיאות איז נאך צוקנייטשט, אבער עפעס אימהיימלעך שפירט זיך און דו ליפטן, עפעס א מאדנע גערוך, איך קלער מיר אריין אוודאי מיר האבען געגעסן דריי טעיג מיט דריי נעכט סאַלמאן פיש, און א געֶהאַל, זיכער גערוכעוועט, אבער דערנאך ווי איך גענעין זיך צים שיל פאר סליחות, הער איך א האן'ישע קריי איז מיר שוין אלעס פארענטפערט געווארן, אז פאר מיין שמש זאל געזינט זיין איז באשערט א פרנסה קלה ונקיה, און ער האט עס אויסגעפויעלט ביים דאווענען, ממילא גייט מיר דא שמעקן פון הינער געמויזעכץ ביז מוצאי יום הקדוש, חוץ אויב עס וועט אנקימען האריקעין געלאריע דעמאלץ וועט דער בורא מבטל זיין דעים הינער געברויך בשישים.

אה מיר נעמען עשרת ימי תשובה זייער ערענסט, מיר האבן חרטה אויפן עבר, און קבלה אויפן עתיד, מיר נעמען זיך פאָר מהיום והלאה אלע ערליי נייע קבלות, א שטייגער אז מיר גייען יא היי יאר ארויס ווייזען מער געטריישאפט פאר אלע לאקאלע פאליטיקאנטען, מיר גייען נישט לאזען אינזערע באליבטע ערלים שקרנים חזרים פאלען, יעדער וואס לויפט היינט ציטאג מיז מחליט זיין גלייך צו ער גלייכט מער דו גרינע סאטמר אדער דו געילע סאטמר, אזוי צו אזוי מיזן זיי נאר זאגען עטליכע צויבֶּער רייד און מיר גייען און פייער פאר זיי, למשל איינער לויפט פאר פאבליק עדוואקאט שטעלט זיך אויף און שרייט אז מען טאר נישט נעמען בחורי חמד און מיליטער, און ער איז זוכה תּיקף פאר אינזער אינדארסמענט, ווער רעדט נאך דער וואס לויפט קעיגן היינס פאר אטערני דזשענעראל עפעס א טינקעל הויטיגער, ער זעיט קלאר און דע הלכה אז אנשים נשים וטף ברויכען האבען און מאכן אייביג מציצה בפה, ממילא טראסקען מיר תיקף ארויס דעים רייש שיען היינס, מיר ברויכען שטיצען דעים שחור ער איז דאך א אוהב ישראל, ער האט דאך אויף זיין עד א עפל איינגעטינקען אינדע האניג, דו ארוינים בלייבען האלטן דעים זאַק מיט היינס, זיי זאגען אז ער האט מפייס געוועין כלל ישראל פארן וועיבערמאן עוולה, און מען טאר אים נישט דן זיין אויף עבירות שבין אדם לחבירו, לגבי דעים מעיאר דאס איז געפערליכע מחלוקה, קיינער ווייסט נישט ווער עס גייט געווינען איז נאר דו שאלה וועלכע פּאָלסטער מען גלייבט, יעדער וויל זיין אויפן צד ה'געווינער, הגם ארוינים זענען אלע מאל אויפן געווינערישן צד, אפגערעדט צו מען פארלירט צו מען געווינט, אבער דו זלונים שטימען פאר טאמפסן ווייל ער האט געשוואוירן אז ער גייט ברעינגען דו קעמפ'ס צים צד מהרז"ל נישט קיין חילוק ווי אזוי, ער גייט דאך האבען קאנעקשנ'ס.

דער עיקר איז א צויבּער ווארט וואס ביידע שטרייטענע צדדים ניצען איז "בלאק וואהט", מען גייט דא אויפשטארעמען, מען וועט ניצען יעדע מעטאד וואס כאסעין פלעיגט ניצען, אזש אז מען קען נישט רעגאסטרירן דו קינדער נאר אויב מען וואהט, און פארשטייצעך ווער עס וואהט ווערט גלייך פארזיגעלט אינעם ווייסען ביך לאלתר לחיים בסיפרן של צדיקים גמירים, און דעי אלע וואטערס, וועלן מער נישט ברויכען דאַנגען פאר פרנסה און פאר קיין חינוך פאר דו קינדער ווייל דו זכות פון וואהטען איז אזוי גרויס אז אלע זכיתים וואס מען פויעלט אויס מיט תפילה קען מען מיט איין שלעפ מיטען לעווער איבערדרייען אלע חטאים צו זכותים און תשובה מאהבה.

יעצט איז אויך דער צייט וואס יעדע איבריגע פארקינג ספאט וואס איז פערצאפאל לער געוועין פאר א רגע כממרא ווערט פארפילט מיט א טרעילער וואס פארוואנדעלט דעים פלאץ און צענטער פון אלע צענטערען, יעדער איינער וואס האט א קיו טיפ אויפן אויער מיט א לָאפֶּע איז א אויטאמאטישע אתרוג סוחר, און דו עדווערטייזמענטס שרייען איינס העכער פינעם צווייטען אז מיר האבן אתרוגים מבחרים בלתי מרכב, ללבים שלמים און הדסים משלשים, דעיס ברויך א אפדעיט, ווייל דעי עֶד כאפט מיך מער נישט, אה פשי הא איר האט ללבים שלמים מיט א הדת משילש בתמיה, נישט געראכטען אויף אזא לוקסוס, ווער רעט נאך פינעם ערבות גניבה, וואס קאסט א ערבה'לע דו ערשטע טאג סיכות מער ווי פאר דו שענה'ס, דו גניבה ברויך א תקנה, ווען וועט מיך שוין איינער איבער בעיטן דערפאר, וואס עס ווינדערט מיך איז וואס טיען דו אלע אתרוג פראפעסארן איבערן יאר, צו האבען זיי פערצופאל נישט קיין אנדערע ארבייט, זענען זיי בדחנים וואס האבען נישט קיין ארבייט איצט, אדער פיפיגע כולל אינגעלייט, וואס ניצען דע תורה פאר א קאווער אפ פאר זייער פרנסה, איך קען איינעם א זאמלער א גאנץ יאר, איינעם א רבי'ש אייניקעל אקעי פארענטפערט, איינער און ריל עסטעיט ער קען זיין און ביזנעס ממה נפשך מאכט ער א דיל איז דאך גיט, אויב נישט איז דאך זייער וויכטיג צו זיין און אתרוגים ליין, איך קען איין סוחר וואס איז א נביא, ער ווייסט אז איך גיי קימען קויפן ביי אים כאטשיג איך האב נאך קיינמאל נישט געקויפט דארט מיין אתרוג, דאך בין איך פאראיאר אריינגעפאלען צינעם און ער האט גלייך געברעינגט מיר אן אתרוג מיט מיין נאמען אויפן פישקע, איך האב מיך תיקף ארויסגעשלייכט פון דארט מיט א אויסרייד, אז איך האב איצט ציין וויי און איך וועל באלד זיין ציריק.

חלק ב

איצט איז שוין נאך יום הקדוש און איך פיל מיך דערהייליגט, עצימו של יום איז מכפר, איך האב שוין געמאכט מיין סוכה, און איך בין איצט טשארלי הארסט, סיניש דא קיין צייט פאר גארנישט, איך האף אז דו האסט א סוכה, איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, זיי נישט צובראכן, זיי אלעס מקבל באהבה, און וויליאמסבורג איז נישט דא קיין פלאץ פאר קיין נארמאלע סוכה עניוועי, א גרויס חלק עולם האט נישט קיין סוכה גרעסער ווי ראשו וריבוי, שלחנה איז שוין לוקסוס, אלזא אויף סיכות איז און וויליאמסבורג נישט דא וואס זיך צו בעינקען, וואס מיר האבן יא און דו דערהויבענע זמנים איז צדקה צוועקען, מען קען נישט דערשטרייטן דעים טעיגליכען, איך האב איצט געפארטיגט א ריפיי, איך זאל קענען דערשטרייטן מיינע כפרות צו דערשלאגען, איך בין געגאנגען צו קאהן'ס פלייש געשעפט, ער זאגט אז ער האט א עפארדעבל כפרה פלאן, איך האב געהאלטן אז ס'לוינט ווייל קאהן מחמת גודל רחמניתו גיט מיר ציריק דעים האָן, תיכף ומיד נאכען שלאגען, ער שפאָרט זיך גארבידש טראקס, ער האט מיר איינגערעט אז עס איז ראו לאכילה, אבער ווען איך האב עס אהיים געברעינגט האט מיר מיין אשת חבר ארויסגעטראסקט פון דערהיים ביז ווילאנג איך וועל לויז ווערן פינעם באטשער בעג ווייל זי טענה'ט אז מען קענעס אפילו נישט געיבן פארן ערל'טע, ווייל עס איז נישט ראו לאכילת כֶּלֶב, בּלייב איך נאר איבער מיט דו מאנאטליכע פעימענט'ס,

ווי איך גיי וויל מיר עימצער אריין ריקען עפעס מיר פארקויפן, אדער אנטראגען עפעס א זכיה, און נאכען מסביר זיין אז איך האב מער נישט קיין מעשר צו געיבן, זאגען זיי דעמאלץ געב אהער דו געלט סתם אזוי, אוי איך גיימער האבען א גיט געבענטשט יאר, גלייב מיר אז עס איז מער נישט איבער צוטראגן דא, דער גראסערי וויל מיר מער נישט געבען אויף קיינע הבטחות, מיינע רעגעסטראציא קארטלעך קען איך נישט אויפ פיקן נאר אויב איך געזעיגן קליינמאן, מינים מיז איך האבן א שיינע, מיז איך באצאלען דערפאר נאָז געלט, ווייל לויפר זאגט אז איך זעי אויס באלעבטיש, א סוכה ביי לייטער קאסט מער ווי א עקסטענטשן א דורת קבע, דער עיקר איז אז עס שטעלט זיך אויף און ווייניגער ווי צוויי טאג, א שאד איך האב עס נישט ווי צולייגן,

איצט איז ערב סיכות, יעדער איז און גאס שאפינג, יעדער וואס זיכט א טאלער, צו גיין צים יו"ט פארקויפט עפעס אויף לי עוועניו, מען זעיט נאר דארטן אזעלכע מאדנע פארשוינען, וואס קימען פון ערגעצווי אויסער דו געיגנט, עס ווינדערט מיך וואס זיי טיען איבערן יאר פאר פרנסה, זיי וואקסן ארויס דא יעדע ערב יו"ט ווי שווארמן נאך א רעיגן, זיי האבען שוין חזקה אויף זייער מקום קבוע אויף לי, מען רייסט דו פרייזען יעדע מיניט האט א אתרוג א אנדערע פרייז, אויך דו והיה עינך רואות את מוריך סיין'ס האט יעדע א רבי א אנדערע פרייז, און יעדע מוכר האט אנדערע באליבטע רעיבל, א כינאָזקע האט בליטשקערלעך פארבליבן פון קראצמעך, מאכט א שטיקל יארד סעיל אויף דו וויליאמסבוגער גאסן, אויך זעימער אלע ערליי בלימען סוחרים, יעדער מיט אנאנדער מיינונג, איך האב אויף לו געזעין א שיקצע פארקויפן דו עבודה זרה וואָגען בלימעלעך און האט פון ערגעץ א סיין וחי אחיך עמך, גיי פארשטיי.

וואס איך פארשטיי נישט, איז הלמאי מיר היימישע האבען נישט דו שכל צו אריין כאפען אפאר איבריגע טאלערלעך לכבוד יו"ט, וואס וואלט געוועין ווען מיר זעיען א כולל אינגערמאן וואס תורתו אימנתו זאל זיך שטעלן מיט א טענט פארנט פון לי גארדענס שיל, און אריין כאפען אפאר חברה וואס זיכען ביליג א מינים סעט, אנשטאץ זעי איך א אימשילדיגע מיידל, געבוירן ביי עלטערן וואס מאכן זיי גליקלעך מיט זייער חשיבות אז זיי קענען ארויסהעלפען און שטיב, זעי איך א עלעף יערעיגע נערה המאונסה פארקויפן אתרוגים, קימט א עלטערע איד מיט א ריזיגע ביבער היט און א ציפלאטשעטע בארד און ווייזט ס'מיידעלע אז דו אתרוג האט א בלאט פלעק און מיז אים געיבן א הנחה, קען נישט איין בארד רעדן צים צווייטען, איך בין זיכער אז דער פאטער איז מציץ מן החרקים און ווינקט וועימען צו געיבן וועלכע פרייז.

עס איז איצט חול המועד סיכות און וויליאמסבורג, עס איז שוין אדורך דריי טעיג יו"ט, און דו דריי טעיג האב איך מקיים געוועין דעים פסוק ובכל דגי הים בידכם, איך האב איינגעלאדענט צו מיר א גאנצען ים מיט סעלמאן פיש, א חלק האבען מיר צימאלען און מיר ריפען דאס אן געפילטע פיש, דעיס איז א נאציאנאלע אידישע סימבאל, גויעם קלערען אז עס איז א חיוב צו עסן געפילטע פיש אזוי ווי שופר און לולב.

דער בורא עולם האט זיך צוגעשטעלט און מקיים געוועין זיין חלק כמו שנאמר אנכי מגן לך, מיט הילף פון טאָמס און אנדערע לעש מאטריאל האבען מיר דורך געמאכט דעים קריזיס פון עסן שלאפן נאכאנאנד מיט קארצע הפסקות פון קראצענישן פון בייס פליגען הנקרא מאסקיטא'ס וואס נעמען א חלק און הייליגע מצות סוכה, און זענען אונז גורם עגמת נפש, אבער פארוואס עפעס מיין סוכה פארשטיי איך נישט, עס זענען דאך דא אזויפיל אנדערע סוכות, וואס וואלטען זיי געטיען ווען מיר וואלטען געבליבן און אייראפע, ווי אזוי וואלטען זיי זיך געשפייזט ווען עס זענען נישט דא קיין מענער וואס שלאפן און סוכה, פאר וואס זענען פרויען פטור פון ווערן צוביסן סיז נישט יושר, וואס טראכטען דו בֵּייסער פליגען און בינען פון זייערע פליצילינגע איבער פלוס פון אידיש בליט וואס גיסט זיך און יעדע סוכה'לע, צו האבען זיי א ספעציעלי תפילה וואס זיי דאנקען דעים איילמעכטיגען פאר דו אימגעראכטענע שפע, און בכלל ווי דרייען זיי זיך עשרת ימי תשיבה, ווי זענען זיי באהלטן ביז ראשון לחשבון עוונות, ווערן זיי געבוירן נאר אויב איך שלאפ אינדע סוכה, און בכלל ווי אזוי קימען זיי צו צו מיינע מקומות המכוסים, ממש און אזעלכע פארבארגענע פלעצער וואס האט נאך גיין מאל נישט געזעין דו שיין פון דו זין, און זיי קימען צו ווי גלייך גארניש, איך קען דארט אפילו נישט קראצען אן אויסריפן פארדאכט, אז איך בין א פארדעכטיגטע פעקל, אפילו דו צפרדעים און מצרים האבען עס נישט געטיען, מאר וואס דען, אז מען מיז מיזמן.

אה יעצט קימט מיין ליבליכסטע צייט פון יו"ט, דו צייט וואס איך קען קוים ווארטן, א גאנץ יאר ווארט איך שוין אז חול המועד זאל שוין אנקימען, איך האב אזוי ליעב צו נעמען מיינע קינדער ארויס אויף א מלחמה, מיר רייסען זיך פון ציפרי, יעדען טאג חול המועד נישט קיין חילוק צו עס רעיגנט אדער עס שיינט דו זין, איין אינגעל שרייט טאטי נעם מיך צו דו ריידס, איך האב ליעב א ראלע קאסטער, שרייט דע מיידל ניין שומופן עס איז נישט פער, מעם אינז צו אמעריקן גירל סטאר ווייל מיר דארפן אזוי וויכטיג דאלי'ס, איך פראביר מיינע שלום פראצידארן, איך נעם אפיר אהרן הכהן'ס מיטלען, עס מאכט אן חרבנות און שטיב, ריך פארליר מיך און שריי אויס, מיר גייען צו רעב שרה שארמשער'ס ריידס, קיין בריה איז נישט דא, יעדער איז שוין ציגקריגט, איך קים שוין אן בערך צוויי דרייסיג, עס לוינט שוין נישט צו קויפן א בענד וואס קלעקט פארן טאג, איך ווארט ביים מיריגאראהנד, א שעה, איך בעיד מיין אינגעל זאל זאגען טשיז עס זאל אויסזעין ווי ער לאכט ווען איך נעם דעם בילד, אבער פינקט איז דו נאניא פון אן אנדער ווייבל זיך אריינגעשטעקט אינעם בילד, מיין זין וויל נישט איבער זאגען טשיז, ער זאגט ער איז פליישיג, איך בעיט זיך ביי אים אז עס איז שוין אריבער זעקס שעה, ער וויל נישט וויסען פון גארנשט און אזוי פליצלינג געט זיך דער רייד א האסטיגען שטעל אפ, אן איך בין געבליבן מיט א בילד נאר פון יענע אנדערע מאמע איך מיז אויסמעקן שלא לבייש את מי שאין להם.

מיר פראבירן אויס אנדערע ריידס אבער איבעראל איז דא א אנלויפעניש פון א געמיש פון מענער פרויען און קינדער, מיינע קינדער באמערקן אז איך בין נישט באקוועים, זיי ציען מיך מער אן, און ווילן נאר גיין דארט ווי איך וויל נישט, איך צאל אפ דו הויזן, מיינע קינדער זענען עניוועי בייז דו גאנצע מעשה איז א דורך פאל נאך איידער מען הייבט אן, דו זא איז נישט בעסער, וואס וועט שוין זיין ווען איך וועל גלאצען אויף א עלעפאנט, מיר וועלן זיך אנקיקן איינער דעים צווייטען, איך בלייב הינגעריג, ווייל עס איז נישט דא קיין סוכה, מיינע קינדער דארפן צו עסן פון דו רגע מיר זעצען זיך אין דו קאר, אפילו זיי האבן קוים אפגעגסן א סעודת שלמה בשעתו, ברויכען זיי תיכף ומיד א זייער א גיטע זאך, און אויב נישט דרייען זיי אלעס איבער, זיי נעמען מיר קאפענען מיט דו פיס אזוי ווי עס וואלט שוין געוועין פאראויס געפלאנט, כאילו דעיס איז א חוב קדוש פאר יעדע קינד צו טיען, אויב נישט איז מען נישט יוצא, יעדע אידיש קינד ווערט דאך געבוירן מיט דו מעלה, ביז איך גיי ארויס פון דו כלים, איך סראשע מיט אלעס בייז, איך שרעק זיי אפ אז אינטער מיר איז דא א פליס, ער האט א דאגי, ער גייט לייגען יעדען און דזשעיל, און גיט מיר כמעט א טיקעט, זיי לאכען פון מיר, זיי געדעינקען עס נאך גיט פון פאראיאר אויף פרעה, ווען עס האט זיך אפגעשפילט אקאראט דו זעלבע מעשה, בקיצור צו מאכען א קורץ פון א לאנגס, איך גלייך נישט דו גאנצע מעשה, איך האב זיך פארגענימען נישט ארויסצוגיין פון דו סוכה, זיי בלאזען אויף מיר עס גייט נישט העלפען איך זעי שוין מיין סוף.

No comments:

Post a Comment